לייביש עפיזאדס @leibishepisodes Channel on Telegram

לייביש עפיזאדס

@leibishepisodes


מאווי סטייל געשיכטעס מיט אלע פיטשיווקעס….

צו קאנטעקטן די מערכת ביטע דריקט

https://t.me/rabbilibishhacohan

לייביש עפיזאדס (Yiddish)

זע דער לייביש עפיזאדס טעלעגראם קאנאל! באזוכער די מיישטערימ פון אלע לייביש טרענדס, פאשון טיפס און ניי קאלעקציעס. אויך צו קאנטאקטן אונדזערע מאנירן און האלטן איינשרייבונג באקומען איר די מייסטערימ דייר דירעקט. פאלגן דעם לינק אין דעם באייכן, און זיי ווערן קאנטאקטן דייר אין קיינעם צייט. אנטקומען און זיי וועלן איר גרעסט איר מיט אלע לייביש פיטשיווקעס!

לייביש עפיזאדס

15 Oct, 22:51


מיט אנטשולדיגונג: כ׳בין געווען זייער טרוד דעם ערב יו״ט סעזאן, נישט אניאגענדיג צו שרייבן ווייטער אונזער דראמאטישע פארזעצונג. כ׳האף בעזר ה׳ נאך יו״ט צו שרייבן ווייטער ביזן סוף.

גוט יו״ט

לייביש עפיזאדס

11 Oct, 01:26


תשובה

ס׳איז נישט קיין סוד, די רבונו של עולם האט אונז באשאנקען מיט אזא געוואלדיגע מתנה ווי תשובה, אזאך וואס קיין שום ״עם ולשון האט נישט זוכה געווען דערצו זייט די וועלטס באשאף!

פארוואס איז עס א מתנה?
ווען איינער שפילט מיט א געים-בוי, האט ער א ציהל ווי אנציקומען. וואס איז טאמער ער האט נישט קיין שום שטרויכלינגען אינדערמיט, דאן איז עס בכלל נישט אינטערעסאנט. די איינציגסטע סיבה פארוואס א מענטש גלייכט צו שפילן פאר שעות אין א ציה, איז בלויז ווייל ער האט ירידות און א עליות, ביז ער גרייכט זיין ענדגילטיגן ציהל.

שטעל זיך פאר דיין לעבן וואלט געפארן גרינג, וואלסט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט ״שמירת עניים, ״שמירת הברית, האלטן שבת/יו״ט, ס׳וואלט ווען געווען אזוי גרינג ווי דו טיסט אן דיין שיך, דאן וואלט דאס לעבן געווארן שרעקליך לאנגווייליג… מ׳קען איינמאל ציפרי אנטאן די שיך, אפי׳ צוויי מאל, אבער אנטאן שיך נאן-סטאפּ, יעדן טאג אפאר שעה, 7 טאג א וואך, צוועלף חדשים א יאר… הממממממ…

אינטערשטע שורה, א מענטש גלייכט ווען ער קומט ביי זיינע טשעלענדזשעס, א בחינה פון ״אין שמחה כהתרת הספיקות״. ממילא, מיט אזא בליק קען א מענטש נישט אריין פאלן אין א ״מרה שחורה דערנאך וואס ער זונדיגט, ווייל ער ווייסט אז ס׳איז נישטא נאך אזא גרויסע מתנה אז עס עגזעסטירט אזא מושג ווי זונד, און תשובה וואס ברענגט אונז צום ענדגילטיגן ציהל.

זאל די אייבישטער העלפן, מיר זאלן אלע קענען תשובה טאן ״מאהבה, און דערמיט מהפך זיין ״זדונות לזכויות״. און בקרוב טאקע זוכה זיין אנקעגן ציגיין פני משיח צדקינו במהירה וימינו אמן.

א גמר חתימה טובה, לייביש.

לייביש עפיזאדס

02 Oct, 02:39


ביידע וועלטן (10)

הער זיך צו שלומי זאגט חזקי; סדא א מיידל א hooker וואס הייסט דינה, זי טראגט אָן איר סערוויס פאר אלע מיר׳ע בחורים. איין פראבלעם איז דא, די ״וועד משמרת הצניעות טאר בשום אופן נישט געוואויר ווערן דערפון, ווייל טאמער יא, שטעלט דאס אין געפאר ״דינה, מיט אלע בחורים מיט וועם זי האט נאר אמאל געהאט שייכות.
די וועד משמרת זענען ״רשעים ארורים, זיי וועלן אינטערברענגן יעדעם וועם איז נישט אין איינקלאנג מיט זייערע גדרים, ממילא ברויך מען א געלונגענם כיטרע עידזשענט וואס זאל איר פראטעקטן, און אלע אירע קאוסטומער׳ס.

שלומי איז געווען זייער צומישט, דהיינו; נישט אויף
אזא ארבעט האט ער זיך בכלל געראכטן, בפרט אז ער האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט קאמיאנעקירט מיט א פרעמד מיידל…

נו שלומי ביסט גרייט פאר די דזשאב? פרעגט חזקי.

שלומי דארפענדיג וויכטיג דאס געלט האט באשלאסן עס צי געבן א שאנס.

בסדר חזקי, לאמיר זיך באקענען מיט דינה פון דערנאנט און זעהן צו די ארבעט איז פאר מיר, זאגט שלומי.

חזקי האט געשמייכלט, קלאפענדיג זיין האנט מיט שלומי, ווי ציזאגן ״תתחדש פאר דיינע דזשאב.

תיכף דערנאך האבן ביידע ארויס שפאצירט פונעם בנין, וואקענדיג א 5׳מינוטיגע וועג, ביז זיי זענען אנגעקומען צו א זייטיגע געסל.

די וועטער איז געווען היבש פא׳רעגנט, חזקי האט געווינקען פאר שלומי ער זאל זיין שטיל, ווייל ער ווארט איינער זאל אנקומען…
שלומי איז געווען היבש נארוועז, אבער האט פרבירט זיך צו האלטן די ראויגסטע וואס שייך, זיך לאזנדיג פירן ווי אזוי מען וויל פון הימל…

פלוצלינג קומט זיי אנטקעגן א מענטש מיט שווארצע חסידישע הויזן, איבערגעדעקט מיט א שווארצע מעיל…
חזקי האט גלייך געווינקען פאר די מענטש ער זאל אים נאכקומען, און געזאגט פאר שלומי זאל נישט צוריק קוקן פון אינטען, ווייל טאמער יא וועט ער ווערן א שטיק זאלץ…

אנקומענדיג צוריק צום דירה האט דער מענטש ציזאמען אריין שפאצירט אינעם צימער, און פארמאכט די טיר פון אינטען.

חזקי האט ארויף געלייגט זיין פינגער אויף זיין מויל, דערמיט ווייזנדיג פאר שלומי ער זאל זיך האלטן שטיל.

דאן האט דער מענטש אויסגעטאן זיין מעיל, ווען צו זיין שאק אנטפלעקט זיך דארט א הערליכע אויסגלאסענע ירושלים׳ע מיידל…

המשך נאכן יום הדין

🔐 אסאך עמוידזשיס ריקווייערד צו אנלאקען די קומענדיגע עפיזאד

לייביש עפיזאדס

01 Oct, 01:01


ביידע וועלטן (9)

שלומי קומט אן אינעם דירה אין ירושלים, ער פאקט אויס זיינע פעקלעך און קוקט זיך אים אינעם נייעם סביבה ווי גייט זיין סטאנציאנירט פאר די קומענדיגע 5 חדשים. ווען מיטאמאל קומען אריין צו שטורעמען אפאר עלטערע בחורים, אלע פון זיי בלויז מיט די אינטער העמעדער, הויזן, קראקס אן זאקן…

זיי קוקן אים אן און שמייכלן צווישן זיך, ווי צו זאגן; העעעע, אינז האמיר דא א שיין בחור…

שלומי האט שעמעוודיג צוריק געשמייכלט, אבער גוט געדענקט די ערשטע ״עיצה והדרכה וואס דער ״זקן האט אים געגעבן: זעה צו מאכן פרישע חבירים…
שלומי האט גוט פארשטאנען די טיעפע באדייט דערפון, דהיינו; נאר אזוי וועט ער זיך אויס לערנען ווי געשמאק די וועלט איז, חוץ פון גמרא, רש״י, תוספות…

שלומי שטעלט זיך אויף און געבט ״שלום פאר יעדעם באזונדער.

שלומי האט פרבירט צו פארפירן א שמועס מיט זיי, אבער האט זיך געשפירט ווי א גר צווישן יודן…
יעדע דריטע ווארט האט זיך געהערט פאר אים ווי ״ספּאַניש… לדוגמא; סעלפי, סטעטוס, וואטסעפפ, סנעפּטשעט, סטאריס, וכו…
שלומי האט זיך געשפירט אזוי פארלוירן, אבער איז פארט גרייט געווען צי לייגן זיין בושה אין א זייט, און טאן אלעס אין די וועלט כדי צי קענען זיין א מענטש צווישן מענטשן…

איך שעם זיך צו פרעגן רופט זיך שלומי אן, אבער אפשר קען מיר איינער אויסלערנען וואס די אלע אינטערעסאנטע ווערטער מיינען; גוגעל, יוטוב, היי סירי…

זיכער, רופט זיך אן ״חזקי״, א ברייט ביינערדיגע הויך געבילדעטע בחור, מיט א 6 פּעק ווי גאליאס…
קום שלומי לאמיר מיט דיר לערנען…

חזקי האט פארברענגט מיט שלומי גאנצע זיבן שעה!! אים לערנענדיג ״חכמת הטעכנעלאגיע מיט א געוואלדיגע רויאיקייט, ממש ווי ״רב פרידא וואס האט געלערנט מיט זיין תלמיד…
די איינציגסטע חילוק איז נאר געווען, אז שלומי, פארמאגענדיג א גוט קעפל, האט זיך גאנץ שנעל אויסגעלערנט די אלע טעכנעלאגישע טערמינען…

איין פראבלעם האט שלומי געהאט, אלץ א בחור וואס איז לכתכילה געקומען קיין ״מיר בלויז צו לערנען, האט ער קיין איבריג געלט נישט פארמאגט צו קויפן א סמארט פאון.

נאך עטליכע טעג זייענדיג שוין אביסל היימיש מיט זיין נייע סביבה, האט ער אנגעפרעגט ביים עולם אין דירה צו זיי האבן פאר אים ארבעט…

חזקי האט זיך צילאכט, אנרופנדיג זיך הויך אויפן קול: כ׳האב פאר דיר א פיינע דזשאב…

🔐 55 עמוידזשיס צו אנלאקען די נעקסטע עפיזאד

לייביש עפיזאדס

29 Sep, 20:53


ביידע וועלטן (8)

דער איד האט בארויאיגט שלומי, אים זאגענדיגט: שלומי, דו ביסט נאך אינג, שיין, און קליג, ס׳איז טאקע א שאד זאלסט צוריק גיין אין ישיבה און ווידער זיין אויסגעטאן פון די וועלט ווי ביז יעצט, דערנאך חתונה האבן מיט א מענטש מיט וועם דו האסט אין לאוו קיינמאל נישט געפאלן.
פארט אבער איז נישט כדי צי טאן ווילדע שריט בלויז ווייל דיין גלייבן סטאטוס האט זיך געטוישט. געדענק, ״עולם כמנהגו נוהג, גארנישט טוישט זיך נישט ווען א מענטש גלייבט אדער גלייבט נישט. לדוגמא: אויב א מענטש איז א ״לא יצלח בטבע, און לאזט אפ זיין רעליגע, וועט ער ווייטער בלייבן א ״לא יצלח. נאר וואס דען קען זיך יא טוישן? אויב וואלסטו געקענט זיין א מוצלח, אבער האסט זיך אפגעהאלטן דערפון צוליב רעליגיעזע סיבות, דאן האסטו שאנסן צו שטייגן הויך אויפן לייטער פון סוקסעס.

ממילא, צום ערשט גיי קיין מיר׳ע ישיבה, באקען דיך מיט פרישע חבירים, הייב אן צו דערטאפּען וואס דו אינדזשויסט באמת, לאז אויף דיינע פארקנאקטע ראבאטישע געפילן וואס מען האט דיר אגאנץ לעבן דערשטיקט און פארדרייט ווי כאילו נאר א ״דבר רחני איז דיין אינדזשוימענט…
אויב גלייכסטו באמת שבת אין שוהל קלאטשען ביי ״באו בשלום, דאן האלט עס אן. אויב גלייכסטו באמת צו לערנען א בלאט גמרא, דאן לערן עס ווייטער. אבער אלעס נאר אויב דו אינדזשויעסט עס באמת, און נישט אויב דו רעדסט זיך איין ס׳איז גוט ווייל מען האט דיר דאס אלע יארן איינגעבאקן.

איינמאל דו וועסט וויסן ווער דו ביסט באמת, און צו וואס דו קאנעקסט, דאן וועט דיר זיין פיעל גרינגער אנציקומען צום שלימות.

און צום לעצט; געדענק, חז״ל לערנען אונז ״אין הדבר תלי אלא בי״, דו דארפסט ניצן דיין אייגענע שכל אנציקומען צי דיינע צילן, קיינער וועט דיר נישט קענען אזוי גוט פירן ווי דו אליינס.

שלומי איז געווען שטים׳לאז פון די אויסטערלישע ״דברים של טעם וואס דער זקן האט אים געזאגט, אזש, פאר א רגע האט זיך אים געדאכט אז דאס איז גאר ״אליהו הנביא…
שלומי האט זיך שטארק באדאנקט פאר דעם זקן, ונפרדו בשלום.

שלומי קומט אן צום דאמעטארי…

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

29 Sep, 03:05


פאר די אלע וואס גלייכן מיינע געשיכטעס, און ווילן איך זאל דאס אנהאלטן ווייטער קאנסיסטענט, ווייז ארויס שטיצע מיטן לייקן יעדע ארטיקל🙏

לייביש עפיזאדס

28 Sep, 23:58


ביידע וועלטן (7)

שלומי דו זעהסט מיר אויס צי זיין א קליגע בחור רופט זיך אן דער עלטערע איד, אפשר זאגסטו מיר פארוואס דו גלייבסט אז די תורה קומט פון גאט, אדער אז עס איז בכלל דא א גאט?

וואס הייסט פארוואס איך גלייב עס איז דא א גאט? פרעגט שלומי צוריק, גיבנדיג א קרים מיטן פנים… דו ווייסט וויפיעל חכמה עס ליגט אין א מענטש׳ס גוף? די גרעסטע דאקטוירים מיטשענען זיך יארן אויפציקומען ווי אזוי די מענטשליכע מוח ארבעט, ס׳איז נאריש צי טראכטן אז עס האט זיך פון זיך אליין באשאפן.

כ׳הער וואס דו זאגסט, זאגט אים דער איד, אבער שטעל זיך פאר מיר גייען יעצט צוריק טויזנט יאר, איינער ברענגט די ״אייפאון 16 פארנט פון א גרופע חכמים פון יענע צייטן, און ווייזט זיי אלץ וואס מען קען דערמיט טאן, וואס האלסטו וואלט געווען זייער אויספיר, ווער האט באשאפן די אייפאון? זיכער אז דאס איז א הימלישע כלי, און מיט רעכט וואלטן זיי געמעגט אזוי טראכטן, פארוואס? ווייל אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען די טעכנעלאגישע וויסענשאפט אז מענטשן זאלן קענען קריעטן אזעלכע פארגעשריטענע כלים, ממילא די איינציגסטע ענטפער ווער עס האט געקענט באשאפן די אייפון וואלט זיכער געווען אז גאט האט עס באשאפן… אבער צו האט דאס גאט טאקע באשאפן? ניין! אין פאקט איז די כלי באשאפן געווארן דורך הינדערטער יאר פון טעכנעלאגישע ריסירדזש, און טויזענטער אנדערע מענטשן.
אינטערשטע שורה: דו גלייבסט אז ס׳איז דא א גאט פשוט ווייל דו האסט נישט קיין תירוץ אויף דיין פראגע, אין ענגליש הייסט דאס God of the Gaps.

פיין כ׳הער וואס דו זאגסט, זאגט שלומי, אבער די סיבה פארוואס איך גלייב אז די תורה איז פון גאט, איז ווייל אזוי האט מיר מיין טאטע געזאגט, אז זיין טאטע האט אים געזאגט, וואס איז מקובל ביז משה רבינו.

דער איד צילאכט זיך און רופט זיך אן צו שלומי; די טענה איז א אלטע טענה וואס עס רופט זיך די ״כוזרי ארגיומענט, א זאך וואס מען קען זייער גרינג אפּפרעגן. איך וועל דיר עס זאגן בקיצור, אבער סדא א טעלעגראם טשענל וואס רופט זיך ״סיני״, דארט קענסטו זייער קלאר ליינען איבער די טענה, און ווי אזוי מען פרעגט דאס אפ, ווי אויך צינעמט דער ״בעל הסיני הערליך די גאנצע איידיע איבער חכמת התורה, צו חז״ל זענען געווען בעלי רוח הקודש, און נאך אסאך…

שלומי האט געשמועסט מיט דעם יוד קרוב צו אכט שעה!! שלינגענדיג מיט דורשט יעדעס ווארט, בשעת וואס אלע טויערן פון חכמה איז ביי אים ברייט אפען…
ס׳איז געגאנגן אויף אזוי ווייט, אז ווען שלומי האט האט פאר א רגע מפסיק געווען, ברויכענדיג גיין אין בית כיסא, באמערקט ער אויפן וועג א איד זיצט פארטיפט אין א ספר אינגאנצן אויסגעטאן פון די וועלט… שלומי טראכט צי זיך; ממש א שאד די צייט, ער וואלט געקענט אין די צייט וואטשען א מאווי, אדער שפילן א געים און זיך פיין אינדזשויען, אבער אנשטאטס איז ער ביזי מיט שטותים וואס וועט אים גארנישט ברענגן…

שלומי קומט צוריק אויף זיין פלאץ, ווען מיטאמאל רופט מען אויס אינעם מייק; די פליגער גייט אט אט לאנדן…

שלומי כאפט זיך אז בקרוב קומט ער אן קיין ארץ ישראל, ער גייט קיין מיר׳ע ישיבה לערנען, בשעת וואס דער איד גייט זיך זיין וועג…

מיט גרויס צווייפל פרעגט שלומי דעם איד: געוואלד, וואס טוה איך, נאכן אזוי שיין מסביר זיין איבער די ווארהייט פון גאט און די תורה, מאכט נישט קיין סענס איך זאל יעצט גיין ווייטער לערנען אין ישיבה, און זיכער נישט חתונה האבן מיט א מיידל וועם איך קען בכלל נישט, טא וואס טוה איך? געוואלד!!!

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

26 Sep, 18:03


ביידע וועלטן (6)

איך האב דא א שטיקל מארבל קעיק וואס מיין ווייב האט מיר נעכטן געבאקן, זאג מיר דו ווייסט אפשר די טעם דערפון? פרעגט דער איד פון שלומי.

איך ווייס ווי אזוי מיין מאמעס מארבל קעיק טעיסט, אבער דיין ווייבס ווייס איך נישט, ענטפערט שלומי.

אהא, אין אנדערע ווערטער, דו פארשטייסט אליין אז אזאך וואס האסט נאך קיינמאל נישט טועם געווען, איז באמת נישט מעגליך צו וויסן די טעם דערפון, טא פון ווי נעמסטו אז ס׳איז נישטא נאך אזא געשמאקע זאך אויף דער וועלט ווי א בלאט גמרא, אדער ווי א שבת׳דיגע נשמת??? פרעגט אים דער איד מיט וואונדער…

דאס איז נישט עפעס וואס איך האב אפגעמאכט, זאגט שלומי. פרעג יעדע רבי, משפיע, זיי אלע וועלן דיר דאס זאגן.

אין אנדערע ווערטער, פרעגט אים דער איד צוריק; דיין רבי האט אמאל טועם געווען די טעם פון טאנצן אין א nightclub און פארברענגן מיט שיקסעס? דיין משפיע האט אמאל טועם געווען טריפה פלייש, אדער סיי וועלכע גויאישע תענוג?

ח״ו!!! רופט זיך שלומי אן מיט ציטער…

אה, סא האסטו די תירוץ, זאגט דער איד מיט א שמייכל; דיינע משפיעים זאגן א סטעיטמענט וואס פאר זיך האבן זיי עס נאך קיינמאל נישט געפראווד, זיי ווייסן נאר די טעם פון א זאך וואס זיי האבן טועם געווען, אבער נישט פון עפעס וואס זיי האבן נישט…

כ׳הער, זאגט שלומי; ס׳איז אבער פארהאן גרים וואס האבן אלע תעניגי גשמי אפגעלאזט, און מעיד געוועד אז אידישקייט האט דאס בעסטע טעם.

ס׳איז דא טויזענטער מאל מער מענטשן וואס האבן פארלאזט אידישקייט, ווי מענטשן וואס זענען געווארן גרים, זאגט דער איד פאר שלומי.
אינטערשטע שורה: דאס ווייזט אז נישט אלעס וואס איז גוט פאר איינעם, מיינט ס׳איז גוט פאר א צווייטן. פאר איינעם איז גוט א קאווע מיט ציקער, און פאר א צווייטע איז גוט אן ציקער. ס׳איז באמת נישטא קיין כלל וואס איז גוט פאר יעדעם, און זיכער קען דיר קיינער נישט זאגן אז דאס איז די בעסטע פאר דיר, פאר דו אליינס האסט עס נאכנישט אויספרבירט.

דא האט שלומי ממש נישט געקענט קומען צום ווארט, דער איד רעד דאך אזעלכע ״דברים של טעם!!!

פארט איז שלומי נאכנישט געווען הינדערט פראצענט ציפרידן.

זאג מיר ערעב איד, ביז אהער האמיר אויסגעשמועסט צו ״בגשמיות קענסטו שטערקער הנאה האבן פון א רחניות׳דיגע זאך. אבער וואס טוט זיך מיט שכר ועונש? קוקען א ראיה אסורה איז א איסור אויף וואס מען וועט פלאקערען אין ״שאול תחתיות״, טא ווי אזוי קוקסטו אויסגעלאסענע בילדער, אדער ביסט מבטל תורה פאר א נארישע געים? פרעגט שלומי מיט נייגער.

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

25 Sep, 22:17


⛔️⛔️⛔️
ערעב יוד, איידער מיר גייען ווייטער, שטעלט אייך אפ א מינוט טראכטן צו עס לוינט זיך צו ליינען וואס די זיידע האט געענטפערט פאר שלומי…

זיין נייגעריג קען צימאל קאסטן א טייערע פרייז!

אויב ווילסטו זיין קליגער ווי דיינע רבנים, מחנכים, וואס האבן ג׳אסר׳ט די אינטערנעט, מיטן אויסרייד אז ״פאר מיר וועט דאס נישט שאטן, דאן ליינט ווייטער כאילו לא היה…

לייביש עפיזאדס

25 Sep, 22:14


ביידע וועלטן (5)

דער עלטערע איד מאכט זיך באקוועם, ער נעמט ארויס א גרויסע טעבלעט, מישנדיג עפפ נאך עפפ, און שטעלט זיך אפ ביי איינס וואס ליינט זיך ״גענגסטער וועיגעס״.

שלומי איז געווען זייער נייגעריג צי זעהן וואספארא אינטערעסע האט א איד מיט א גרויען בארד אין שפילן געים׳ס.

דער איד הייבט אן שפילן, די געים וואס גייט בערך אזוי: א מאן אנגעפירקלט מיט tattoos האלט א ביקס אין די הענט, ער שפאצירט אויף די גאסן פון לאס-וועגעס, ער שיסט רעכטס און לינקס, און בארויבט מענטשן. דאן קומט די פאליציי צו פליען, דער מאן שטעלט אפ א פארביי פארענדע קאר און צווינגט ארויס דעם דרייווער דערלאנגענדיג אים עטליכע קוילן אין קאפ, און אנטלויפט דערמיט פון די פאליציי.

פאר שלומי איז געווען א צוויי פאכיגע ווינדער, 1) ווי נעמט זיך די שכל א עלטערע חסידישע איד זאל שפילן א געים, נאכדערצו אין די יארן… 2) מזעיט דארט אויף די גאסן פוו וועיגעס פיל מיט אויסגעלאסענע פרויען רח״ל!!!

שלומי וויל שרייען אויף דעם איד און מוחה זיין, אבער האלט זיך איין, נישט ווילנדיג מאכן א ״חילול השם צווישן פרעמדע גוים.

נישט האבנדיג קיין ברירה שטעלט זיך שלומי אויף און זעצט זיך אנידער נעבן דעם איד.

אה א גוט יאר שלום עליכם, מיט וואס קען איך דיר העלפן בחורל? פרעגט אים דער איד גוטמוטיג און פריינטלעך.

אפשר זענט איר מיר מסביר, פרעג שלומי פונעם איד, פארוואס איר פארטאכלעוועט אייער ווערדפולע צייט מיט שטותים, אנשטאטס נעם א ספר און לערן א אידיש ווארט. האסט יעצט אסאך ליידיגע צייט ניץ דאס אויס.
חוץ מזה, וועסט גארנישט האבן אויף יענע וועלט מיטן שפילן א אומאיידעלע געים.
דו ווייסט דאך יא, ס׳איז נישטא קיין בעסערע טעם ווי לערנען א שטיקל גמרא, אדער זאגן א קאפיטל תהילים, דאס אלעס איז א שטיק ״נצחיות״ .

דער איד צי שמייכלט זיך, און קוקט אריין שלומי גלייך אין פנים אריין, דערביי פרעגנדיג אים; זאג מיר בחור׳ל דו ווילסט באמת וויסן די תירוץ?

אוואדע וויל איך וויסן! זאגט אים שלומי.

דער איד לאזט אבער נישט נאך. די תירוץ איז עפעס וואס וועט דיר שאקירן און צומישן, און וועט דיר טוישן אויף אייביג, ביסט נאך אלץ גרייט?

שלומי פארשטייט נישט פינקטלעך וואס דער איד וויל אים דא מגלה זיין… זיכער בין איך גרייט זאגט ער אים מיטן פולן תמימות… חז״ל זאגן אונז דאך אַל תָּדִין אֶת חֲבֵרְךָ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ, טא וועלכע איד וויל דען דן זיין א מענטש לרע? זאג עס מיך, וועל איך דיר פארשטיין און שוין.

ביסט זיכער? פרעגט אים די עלטערע איד איבער מיט א ערנסטע אבער ליבליכע שטימע, ס׳איז עפעס וואס וועט לאזן א רושם אויף דיר פאר שטענדיג אן קיין וועג אייף צוריק!

הנני, כבין גרייט! זאגט אים שלומי.
ס׳שטייט דאך ״קבל את האמת ממי שאמרו, אויב איז עס אמת דארף מען עס מקבל זיין, נישט קיין חילוק פון ווער דער מענטש איז. כבין גרייט צו הערן די אמת, אפי עס וועט מיר צומישן און קאסטן א פרייז!

הער צו מיין טייער קינד זאגט אים דער זקן.

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

24 Sep, 22:13


ביידע וועלטן (4)

שלומי איז געווען אויפגעשטורעמט ביז גאר, אזש ער האט אינגאנצן פארלוירן פאוקעס צוריק צי גיין לערנען.

נישט האבענדיג קיין ברירה איז ער צוריק אריין אין זיין שטוב שלאפן.

ווי די טיפיקל טינעידזשער וואס האלט זיך קליגער פון יעדע ערוואקסענע און האלט אז ער פארשטייט אלעס, האט שלומי זיך דא אויך נישט צוגעהערט צום זיידנס שמועס, נאר אדרבה פארקערט, שלומי האט געטראכט צו זיך מיט ״ביטול ווי נאריש דער עלטערע יוד איז אז ער פארפאטשעקט זיינע אויגן מיט ״ראיות אסורות, און איז גרייט אויפציגעבן זיין ״עולם הבא פאר נארישע מאוויס רח״ל.

—————

יארן זענען פארביי, שלומי איז עלטער געווארן.
ס׳נישט געווען קיין חסידישע משוגעת וואס ער האט נישט געהאט אויספריבירט במשך די ימי הבחרות, א שטייגער ווי: איידערן טרינקען וואסער אראפ גיסן אביסל פאר די חיצונים, ווארטן א מינוט פארנט פונעם טעלער איידערן עסן, נישט האלטן די הענט אינטערן גארטל, און נאך…

פארשטייט זיך אז פאר אזא בחור ווי שלומי האט מען אנגעטראגען אן א שיעור גוטע מיידלעך. און טאקע די טאג וואס ער איז געווארן 18 איז געווען זיין בשאו…

שלומי זיצט ביים בשאו אן די מינדערסטע השגה וואס א מיידל איז, זי פרבירט צו ציען א שמועס, אבער ער ענטפערט איר בלויז אויף יוצא צי זיין…
ער קוקט איר ניטאמאל אין די אויגן…
אין זיין קאפ לויפט אין איין זאך: מ׳זיצט יעצט דא כדי אינעם עתיד זאל מען קענען מקיים צו זיין די מצוות עשה דאורייתא פון “פריה ורביה…

שלומי האט גלייך מסכום געווען צום שידוך, די מיידל פון איר זייט איז געווען איבער גליקלעך אז זי באקומט די בעסטע בחור פון ישיבה… און מזל טוב, מ׳האט געבראכן טעלער…

———————-

סאיז נאך פסח, שלומי האט באשלאסן זיך משלים צו זיין אין ארץ ישראל איידער ער האט חתונה. ער פּאקט פּעק און לאזט זיך ארויס צום מיר׳ע ישיבה…

זיצנדיג אויפן פליגער, זעהט ער מיטאמאל פארנט פון אים זיצט דער זעלבער עלטערע איד וואס ער האט געטראפן מיט יארן פריער וואטשען אומאיידעלע מאוויס…

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

23 Sep, 21:54


ביידע וועלטן (3)

שלומי שפאצירט אריין אין בית מדרש, ווען צו זיין מזל איז די לעקטער פארלאשן.

נישט ווילנדיג ציען קיין אויפמערקזאמקייט, נעמט ער שטילערהייט א ספר און זעצט זיך אראפ נעבן די פענסטער, האפענדיג עס וועט אריין שיינען גענוג ליכטיגקייט פון די דרוינסדע סטריט-לייטס.

זינצנדיג ביים פענסטער פרבירט ער צו דרייען די גמרא אהין און אהער, זעהן וועלכע פאזיציע איז די בעסטע די ליכטיקייט זאל ארויף שיינען.
ווען מיטאמאל באמערקט ער פון אינדרויסן נישט מיר נישט דיר א איד מיט א גרויסע גרויע בארד, זיצט אין קאר מיט זיין סמארט פאון וואטשענדיג א אומאיידעלע מאווי מיט אויסגעלאסענע פרויען, בשעת ווען יעדע דריטע סקונדע פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער…

שלומי׳ס בליט איז אים תיכף ארויף אין קאפ: ווי קען א איד קוקן ראיות אסורות מיט אזא גלייכגילטיגקייט, בפרט שובבי״ם??? טראכט ער צי זיך מיט שרעק…

צום ערשט האט שלומי געגעבן א געזינטע שפיי אויף דער ערד, דערנאך א וויש געטאן זיין שטערן, אפווישנדיג אלע מחשבות זרות… און צום לעצט געזאגט דעם פסוק הַכְּנַעֲנִי הַחִתִּי וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי מיט גרויס כוונה…
דערנאך שפרינגט שלומי אויף פון פלאץ, און מיט גרויס תמימות לויפט ארויס צום קאר, קלאפענדיג אויפן אידס פענסטער.

די איד מאכט אראפ זיין פענסטער זיך אנרופענדיג: בחור׳ל וואס ווילסטו?

ווי קען א איד זיצן און קוקן אויסגעלאסענע בילדער מיט אזא רויאיקייט, בפרט אין די ימי השובבים??? פרעגט אים שלומי מיט גרויס תמימות…

דער איד צילאכט זיך הויך אויפן קול און רופט זיך אן: בחור׳ל טייערע, דיינע בחורישע יארן איז א דורכגאנג, כ׳בין אויך אמאל געווען א בחור און פלייסיג געלערנט, ס׳איז גראדע זייער געשמאק געוועזן, כ׳האב מיר פארהערט האלב ש״ס, און שיעור באקומען הוראה!
למעשה בין איך עלטער געווארן און געזעהן די וועלט איז פיעל מער קאלירפול ווי א שטיקל גמרא אדער קוואקענען אויף חסידיש ספרים…
יעצט מיט דיין אינגע מוח וועסטו דאס נישט פארשטיין. געדענק אבער דעם ״זקינך ויאמרו לך״… ס׳וועט קומען א טאג וואס וועסט מיר נאך שטארק באדאנקן פאר דעם שמועס!

שלומי האט מער נישט געקענט הערן קיין ווארט וואס דער איד רעד רח״ל, ער הייבט שנעל פיס און פיצט אפ פון שטח…

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

22 Sep, 20:08


ביידע וועלטן (2)

געווען איז דאס ״מוצאי שבת פרשת שמות, די מנהג אין ישיבה פלעגט זיין אנציצינדען שובבי״ם תורה פון ר׳ יואליש ז״ל, און זיך קאכען דערינען במשך די גאנצע ימי השובבי״ם.

שלומי האט זיך אראפ געזעצט אין ווינקעל פון בית מדרש און עפנט די שובבי״ם קונטרות וואס פארגרינגערט מיט ציהאלטן דעם רבינס תורה צוליב וואס מ׳הערט נישט קלאר וואס די רבי רעד…

אייייייי איייייייי, הערט ער דעם רבין וויינען… ״חטא הידוע, פגם הברית…
שלומי איז נישט קלאר פינקטלעך וואס דאס מיינט ״חטא הידוע, אבער אז די רבי וויינט, וויינט מען מיט…

מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט טייטלט ער מיטן פינגער, און שאקלט זיך מיט השתפחות הנפש, ווען פון זיינע אויגן רינען טייכן טרערן.

אויפצימארגנס גייט שלומי אריבער צו זיין מגיד שיעור אים פרעגנדיג וואס איז דאס ״חטא הידוע? פון וועלכע באקאנטע חטא רעד די רבי אז איך ווייס נישט דערפון..?

צום ערשט האט זיין מגיד שיעור געשטאמלט, זאגענדיג; עהה, אז דו ווייסט נישט דארפסטו נישט וויסן… ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין…
שלומי האט זיך אבער נישט געלאזט, אים זאגענדיג: אז מען צינד אן דעם רבינס תורה פאר א 13 יעריגע בחור, איז דאך פשט אז מען מיינט מיך אויך…

נישט האבענדיג קיין ברירה זאגט אים זיין מגיד שיעור מיט א אומקלארקייט: חטא הידוע מיינט, מען ברויך זיך היטן נישט אנצירירן אין הייליגע באהאלטענע מקומות, ווייל דאס קען חלילה גורם זיין דאס ארגסטע!!

שלומי האט געמיינט אז ער פארשטייט שוין אלעס… ער האט זיך שיין באדאנקט פאר זיין מגיד שיעור, ״ונפרדו בשלום.

ויהי בחצי הלילה.
געווען איז עס אינמיטן די נאכט, שלומי קען נישט איינשלאפן, ער דרייט זיך פון איין זייט צום צווייטן, אבער אן ערפאלג.

נו, אז נישט שלאפן, כאטש לערנען.

שלומי טוט זיך אן, און שפאצירט אראפ צום היכל הבית מדרש…

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

22 Sep, 01:59


ביידע וועלטן (1)

שלומי, א 13 יעריגע בחור מיט א הערליכע געשטאלט, איז נארוואס אנגעקומען אין ישיבה צום נייעם ווינטער זמן.

נאכן זיך מסדר זיין אין דאמעטארי, באקענענדיג זיך מיט זיינע פרישע שלאף צימער חברים, איז שלומי אראפ צום בית מדרש זיך טרעפנדיג מיטן משגיח, ראש ישיבה, און נייע בחורים מיט וועם ער גייט פארברענגן ״לכל הפחות די קומענדיגע 5 חדשים.

שלומי, פארמאגענדיג א געלונגעם פערסענעלעטי און אן אויסטעלישן הימל געבענטשן חן, האט זיך שנעל און גרינג מסדר געווען, און באקאנט געמאכט מיטן עולם.

שלומי אלץ א מענטש וואס איז אין טאן מיט זיינע געפילן האט ליב געהאט יעדע זאך וואס האט מיט רחניות, א שטייגער ווי: קאכען ביים דאווענען, לערנען מיט חיות, גיין ערליך אין מקוה, און נאך.

שלומי איז אבער נישט געווען ציפרידן מיט דעם, ער האט געזוכט צו שטייגן אויפן רחניות׳דיגן לייטער, מיטן ענדגילטיגן ציהל אויפציוואקסן א ״גדול בישראל.
אויטעמאטיש, אזא נשמה ווי שלומי, האט שטארק ציגעצויגן צו זיך די פרימע און עקסטרעמיסטישע בחורים פון זיין כיתה.

מיט די צייט האט שלומי געגרינדעט א ספציעילע ״חבורה מיטן נאמען ״נשמת קודש״, געאייגנט צו לערנען חסידישע ספרים, אריין פראווענען באטע׳ס פרייטאג צינאכטס מיט פלאם פייערדיגע געטענץ, און נאך אסאך חסידישע שטיק.

פארשטייט זיך אז פאר די ״ראשי ישיבה איז שלומי געווען א געוואלדיגע נאמען מיט וועם זיי האבן זיך כסדר געגרויסט, און געוויזן פאר די אנדערע בחורים וואס עס מיינט א מוסטער ווי אזוי א חסידישע בחור ברויך אויסזעהן און זיך פירן.

המשך יבא

לייביש עפיזאדס

22 Sep, 01:53


א גוטע וואך
היינט הייבן מיר אן א פרישע דראמאטישע און געפילשע געשיכטע מיטן נאמען ״ביידע וועלטן״, וואס וועט אייך אריין פירן אין די אמאליגע ״לייביש ספּערן…

⛔️⛔️⛔️
אויב זענט איר אן ערנסטע בטבע וואס וויל זיך האלטן ערליך, זאלט איר ״בשום אויפן נישט ליינען די געשיכטע!

זייט נישט קיין חכם, קום נישט וויינען שפעטער אז איך האב אייך נישט געווארנט!!

לייביש עפיזאדס

20 Jun, 15:35


עפיזאד 4 דעם קומענדיגע מוצאי שבת.

לאמיר אינאיינעם שטיצן היימישע אינטערטעימעט, אזאך וואס עס ווערט אריין געלייגט שווערע כוחות אהערצישטעלן געלונגענע מאטריאל ״ליהנות בו ישראל״.

https://youtu.be/jEWfNB9ym84?si=H8-QyMg2q-zVkoI5

לייביש עפיזאדס

19 Jun, 02:40


עפיזאד 3 איז אינדרויסן!

ביטע סובסקרייבט צו די יוטוב טשענל, און שטיצט היימישע אינטערטעימענט🙏

https://youtu.be/jEWfNB9ym84?si=rmydCByfIUs9Hlf5

לייביש עפיזאדס

16 Jun, 03:25


די יוטוב טשענל וועט ווערן אפדעיטעד יעדע דינסטאג און מוצאי שבת.

נ.ב. דאס איז א אנהויב פון א גאר געלונגענם מייסטער יוטוב געשיכטע קאנאל, וואס איז יעצט אין די פריע שטאפלען

לייביש עפיזאדס

16 Jun, 03:11


עפיזאד 2 איז שוין ארויס!

אויב האט איר הנאה, ביטע לייק און סובסקרייב🙏

https://youtu.be/8wm1igyPKzg?feature=shared

לייביש עפיזאדס

10 Jun, 04:11


א איד האט מיר געקאנטאקט צו ער מעג איבער זעצן די גדליה געשיכע אין ענגליש און דאס ארויף לייגן אויף יוטוב, אויף וואס כ׳האב אים געגעבן די פולע רשות.

לכבוד דעם וועלן מיר טוישן די סוף פון די געשיכטע וואס וועט נישט זיין אנטקעגן אידישקייט אדער רעליגיע.

https://youtu.be/rWi3t32wvJQ?si=9eVUjKYv69uSJbTm