זעמל @zemelvin Channel on Telegram

זעמל

@zemelvin


אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin

זעמל (Yiddish)

צוויי נעגן, איינע פאראנטווארטונג - זעמל! אויב איר זעהט נישט אין ערגעץ אויף אידישע נייעס, איז דער צווייטער אויף די וואטסאפפ גרופעס, אדער איר וואלט געוואלט צו באקומען א פארטי נייעס אויף פייסבוך, דערצו זעל ערשט איינטרעט איר קומען צו זעמל! דער קאנאל ביט אייך די מיידלעך צו ארויף-לאודן אויף אלע נייעספיידן און וויכטיקע געשעפטן מיט איבערגעארבייט פון דער וועלט. צו קריירן און סיינן אויך די הינדערניס אויף די דינגעס, וואס פאסירט זיך צו אייער ליקינג.

זעמל איז א קאנאל ווייסן אידישע נישטא נייעס, פאר ייִדיש רעדער און אלע אנדערע די אידיש, דערקלערונג דער וועלט פון א יידישע און פאר ייִדישע, צו ערשטעלן איר מיט אלע די פיינע טאקעס און טריקסס איר ברויכט צו וויסן. קומט און גלייכ איין אין דער גרופע און געניסט איר די בעסטן ייִדישע נייעס און אינפארמאציע אויף דעם קאנאל פון זעמל! צו פארבלייבן אויך עטליכע אינפארמאציען און פארלייגן מיט אנדערע רייזענדע ריידער, טיילן אייער געדאנקן און מייןונגן, און אלעס וואס מען ברויכט צו וויסן בוין קנעקט מיט הונער אויפן אויבערן.

זעמל

25 Nov, 03:28


בארא פארק - א היסטארישע בילד פון פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ אויף די טרעפן פון ביהמ"ד הגדול באבוב ארומגענומען מיט די עסקני הקהילה, די בילד איז גענומען געווארן פאר אומגעפער 30 יאר צוריק ווען דער דעמאלטסדיגער ריעל עסטעיט מאגנאט איז געקומען אויף א באזוך אין שטאט.

זעמל

25 Nov, 03:28


וואשינגטאן - די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט וואו זיי פארדאמען די גרויזאמע מארד פון ר׳ צבי קאגאן הי"ד, און שרייבן אז דער פרעזידענט וויינט מיט אינאיינעם מיט די אידישע געמיינדע איבער די וועלט איבער זייער ווייטאגליכע פארלוסט.

זעמל

25 Nov, 03:27


אקלאהאמע - אין די טעג איז פארגעקומען א רירענדע לוויה אין די אידישע חלקה פון די ׳רויז היל׳ בית החיים אין שטאט טולסא אין אקלאהאמע פון א אומבאקאנטע צאל איבערבלייבענישן פון קדושים וואס זענען געווארן אומגעברענגט על קידוש השם ביים צווייטן וועלט קריג אין די אוישוויץ און דאכאו נאצי לאגערן, הרב דניאל קיימאן שליט"א דער רב פון דער ארטיגע בני אמונה שוהל האט אנגעפירט מיט די קבורה און געזאגט א קדיש לעילוי נשמת די קדושים.

די איבערבלייבענישן זענען ביז איצט געהאלטן געווארן אין די ׳שערווין מילער מאזעאום פאר אידישע ארט׳ אין שטאט, וואס האבן עס ערהאלטן מיט יארן צוריק און אצינד זענען זיי איינגעגאנגען צו איבערגעבן די איבערבלייבענישן און זיי געבן די ריכטיגע כבוד מיטן ברענגען צו קבר ישראל.

ביים לוויה האבן זיך באטייליגט א מנין אידן, פארשטייער פון די מאזעאום און ארכעאלאגן, אייניקלעך פון קריגס איבערלעבער, און נאך אנדערע אידן וואס זענען געקומען אפגעבן די לעצטע כבוד פאר די קדושים.

זעמל

25 Nov, 03:27


שיקאגא - דעם פרייטאג איז א 22 יעריגער פארשוין סידי מוכאמאד אבדאלאהי געברענגט געווארן פאר א ריכטער ווי עס איז אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן אים, פון די געריכט דאקומענטן שטעלט זיך ארויס אז ער האט געהאט געוועבט גרעסערע פלענער צו דורכפירן א גרויסע טעראר אטאקע אין א אידישע שוהל ה"י.

וואו באריכטעט דא איז אבדאלאהי ארעסטירט געווארן פאר פיר וואכן צוריק נאכן שיסן א איד שבת אינדערפרי אויפן וועג צום ביהמ"ד אין די וועסט ראדזשערס פארק געגנט פון וואס ער איז פארוואונדעט געווארן, ער האט אויך געעפנט פייער אויף די פאליציי וואס זענען אנגעקומען צום סצענע פון וואס צוויי זענען לייכט פארוואונדעט געווארן.

די דאקומענטן פארעפנטליכט דורך די געריכט צייגט אז דער שיסער האט אויפגעזוכט א אידישע שוהל און אידישע צענטערן און זיך פארצייכנט זייערע אדרעסן, אויך האט ער געזוכט וואפן געשעפטן און האט געהאט אויף זיין טעלעפאן צענדליגע אנטיסעמיטישע און פרא כאמאס פראפגאנדע מאטריאל.

זעמל

24 Nov, 22:21


דער אמבאסאדאר פון די אראבישע עמיראטן קיין וואשינגטאן יוסוף אל אוטביא האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט ווי ער באוויינט אין נאמען פון זיין רעגירונג די אומקום פון ר׳ צבי קאגאן הי"ד, ער שרייבט אז די מערדער האבן נישט נאר דורכגעפירט א פארברעך אין טעריטאריע פון די אראבישע עמיראטן נאר עס איז א פארברעך קעגן די אראבישע עמיראטן זעלבסט וואס פארדינט זיך א גאר שטרענגע שטראף.

זעמל

24 Nov, 22:21


בני ברק - מיט גרויס פרייד איז געבוירן געווארן היינט אינדערפרי צו א חרדי'שע פאמיליע פון שטאט אין די מעייני הישועה שפיטאל, א פירלינג בלע"ה פון דריי אינגלעך און איין מיידל, אלע זענען ברוך השם געזונט אין שטארק.

די קינדער געבענטשטע פאמיליע פארמאגט אצינד ניין קינדער נאך וואס זיי האבן שוין צוויי צווילינג פָּארן און נאך איין קינד, דאס איז די ערשטע מאל וואס א פירלינג ווערט געבוירן אין די מעייני הישועה שפיטאל, און די דאקטוירים האבן צוגעצייכנט אז די שאנסן צו געבוירן א פירלינג וואס אלע זענען געזונט און שטארק איז גאר שמאל.

זעמל

24 Nov, 22:20


אידישע שלעסער אביב ברוק ע"ה, ל"ע אומגעברענגט דורך באוואפנטע רויבער אין מעמפיס, פאמיליע באצייכנט עס אלס מעגליכע טעראר

טענעסי - די אידישע געמיינדע אין שטאט מעמפיס טענעסי איז צושוידערט מיט די בשורה פון די אומקום פון א געמיינדע מיטגליד וואס איז ל"ע אומגעברענגט געווארן דורך א גרופע באוואפנטע רויבער.

אביב ברוק ע"ה האט געארבעט אלס שלעסער אין שטאט, פארלאפענע דאנערשטאג נאכט האט ער באקומען א רוף צו טוישן א שלאס אין די דרום געגנט פון שטאט אויף הערנאנדא ראוד, ווען ער איז אנגעקומען צום אדרעס האבן אים אפגעווארט א גרופע באוואפנטע רויבער וואס האבן אים בארויבט און ליידער פאטאל דערשאסן צום טויט.

ווען ער האט נישט געענטפערט טעלעפאן רופן פאר זיינע פריינט, זענען זיי נאכגעגאנגען זיינע טעלעפאן סיגנאלן און זיי האבן געטראפן זיין קערפער אויף די זייטיגע געסל ווי ער איז אראפגערופן געווארן, די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג און זאגן אז די מערדער האבן זיך באנוצט מיט אן איינמאליגע טעלעפאן זיך צו פארבינדן מיט אים און געזאגט אז עס איז א וויכטיגע רוף וויבאלד איינער איז פארשפארט אין די הויז.

די פאמיליע פון ברוק גלייבט שטארק אז זיין מארד איז יא פארבינדן מיט טעראר קעגן אידן, די פאליציי זאגט אז זיי פארשן עס אויס און דערווייל איז נישט דא קיין שום מעגליכע אנדייטונגען אז עס איז געווען אנטיסעמיטיש געשטימט.

זעמל

24 Nov, 20:35


אפדעיט: די קערפער פון הקדוש ר׳ צבי קאגאן הי"ד דער חב"ד שליח וואס איז דערמארדעט געווארן דורך טעראריסטן אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן אין יונגען עלטער פון 28 יאר, וועט אנקומען מארגן מאנטאג קיין ארץ ישראל, טויזנטער זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן ביי די לוויה וואס וועט פארקומען דינסטאג.

זעמל

24 Nov, 18:08


https://api.whatsapp.com/send?phone=13477256209&text=Hi%2C%20I%20I%E2%80%99m%20reaching%20out%20through%20%27Zemel%27%20would%20like%20to%20get%20more%20information%20regarding%20the%20riverboat

זעמל

24 Nov, 18:06


ברעיקינג: אוטעריטעטן אין די אראבישע עמיראטן האבן אין א סטעיטמענט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט 3 פארשוינען פארמישט אין די מארד פון הרב צבי קאגאן הי"ד, דאס איז אין קעגנזאץ צו באריכטן וואס האבן געלויטעט אז די מערדער זענען אנטלאפן קיין טערקיי.

אין די סטעיטמענט שרייבן זיי אז זיי וועלן גאר שטרענג באשטראפן די מערדער און זיי ברענגען צו יוסטיץ און גערעכטיקייט.

אין די סטעיטמענטס וואס די עמיראטן האבן ארויסגעשטעלט פון די שרעקליכע אינצידענט איז ר׳ צבי הי"ד באצייכנט געווארן אלס מאלדאווער בירגער, די אגענטורן געבן אהן אין די יעצטיגע סטעיטמענט אז דאס איז וויבאלד ער איז אריין אין לאנד מיט מאלדאווער פאפירן און נישט ווייל זיי ווילן נישט אנצייכענען זיין מדינת ישראל בירגערשאפט.

זעמל

24 Nov, 17:52


פייוו טאונס - וואלונטירן פון פאראקאוועי שומרים האבן געפירט צו די ארעסט פון א גרופע פארברעכער וואס ווערן שוין לאנג ארומגעזוכט, די אפעראציע איז פארגעקומען פארלאפענע דאנערשטאג ווען שומרים האט ערהאלטן אן אלערט פון א היים זיכערהייט קאמפאני איבער א פארדעכטיגטע קאר וואס איז פארקירט פארנט פון א פריוואטע הויז אין די וואדסבארג געגנט.

ווען וואלונטירן זענען אנגעקומען צום סצענע האבן זיי געטראפן 3 פארברעכער מיט א האק וואס גרייטן זיך צו איינברעכן אין די הויז און אלאמירט די פאליציי וואס האט באוויזן צו ארעסטירן די פארברעכער רויטהאנטיג, ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערן זיי געזוכט אין פארבינדונג פון צענדליגע איינברעכערייען אין די געגנט די לעצטערע חדשים.

זעמל

24 Nov, 17:51


מעלדונג פון די פאמיליע פון דער חב"ד שליח אין אבו דאבי ר’ צבי קאגאן הי”ד, איבער די טראגישע מארד ה"י.

זעמל

24 Nov, 17:51


עטליכע מדינת ישראל מיניסטארן האבן ערהאלטן איינלאדענונגען קיין ניו יארק צו א חב"ד פארזאמלונג אין די חנוכה טעג, די איינלאדענונגען זענען געווען געשריבן אין א צוקאליעשטע העברעאיש וואס האט אנגעצינדן א רויטע לעמפל, לויט מדינת ישראל זיכערהייט אינסטאנצן שטייען דערונטער איראנער אגענטן.

זעמל

24 Nov, 16:50


מעסעטשוסעס - גרויס אויפברויז הערשט ביי פראפעסארן אין די הארווארד אוניווערסיטעט צוליב די באשלוס פון דער פרעזידענט פון דער אוניווערסיטעט אלאן גארבער צו נישט געבן פאר די איינציגע פראפעסאר אין די אונערווערסיטעט פאר די אידישע שפראך אן אפיציעלע פראמינענטע זיץ.

צענדליגע קאלעגעס פון פראפעסאר שאול נועם זאריט וואס איז די איינציגע פראפעסאר פאר די אידישע שפראך, האבן אפגעשיקט א בריוו צו די פרעזידענט מיט א רוף צו טוישן זיין באשלוס, זיי שרייבן אז מיטן צונעמען די זיץ פון פראפעסאר זאריט וועט די אידישע שפראך שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט גענצליך אונטערגיין.

זעמל

24 Nov, 16:47


איבער 200 ראקעטן זענען אריינגעפלויגן פון לבנון קיין מדינת ישראל זייט די אינדערפרי שעות, כיזבאללא האט געשאסן ביז טיף אריין אין לאנד פון וואס עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן פון א צאל ראקעטן וואס זענען געפאלן.

זעמל

24 Nov, 16:47


די רבנים פאראייניגונג פון די איסלאמישע לענדער וואס נעמט אריין אויך איראן און טערקיי האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט צו זיי באוויינען דעם טראגישן מארד פון דער חב"ד שליח אין אבו דאבי ר׳ צבי קאגאן הי"ד

זעמל

24 Nov, 07:25


טראגיש: בד”ה: מיט גרויס צער און ווייטאג מעלדן מיר די שרעקליכע נייעס אז אוטעריטעטן אין די אראבישע עמיראטן האבן אפגעפונען די קערפער פון דער פארשוואונדענעם חב"ד שליח אין אבו דאבי ר’ צבי קאגאן הי”ד, וואס איז פארלוירן געגאנגען זינט פארלאפענע דאנערשטאג.

בשורות טובות.

זעמל

24 Nov, 03:26


ירושלים - באגלייטן פאר א יונגערמאן וואס געפונט זיך אין הויז ארעסט און גייט מארגן אריין אין טורמע פארן זיין טייל אין א מערכה קעגן סעלפאון געשעפטן.

זעמל

24 Nov, 03:10


מאנסי - מתפללים פון די נייע שוהל אויף טור טערעס אין דער ניו סיטי געגנט זענען ערשטוינט געווארן ווען זיי זענען אנגעקומען דאנערשטאג אינדערפרי און געטראפן די גאנצע שוהל איבערגעדרייט און וואנדאליזירט, די ספרים שאפעס זענען געווען איבערגעדרייט און די סידורים מיט חומשים איז רח"ל געפונען געווארן אין מיסט.

די נייע שוהל אין די געגנט וואס ווערט מער און מער באוואינט מיט אידן געפונט זיך דערווייל אין א שאטער אין א הויף פון איינע פון די אידן, ווען די עסקנים האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פערמיטן האבן זיי באקומען א מעסעדזש פון די קלארקסטאון טאון אז עטליכע נישט אידישע שכנים זענען אומצופרידן פון די שוהל.

א קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן ביי די קלארקסטאון פאליציי און חברים ד׳ראקלענד העלפט צו מיט די אויספארשונג, לויט די מתפללים איז מערסט זיכער אז איינע פון די נישט אידישע שכנים וואס האבן א שלעכט אויג אויף די אידן וואס ציען זיך אריין אין די געגנט איז געשטאנען אונטער די שרעקליכע וואנדאליזם אקט.

(Photo Credit: Monsey Scoop)