צוויי-און-זיבעציג שטונדן צוריק, פארלאפענעם ליל שישי כ״ו אב, האבן די מהר״א קאמפעני און די טרויעריגע ״מהר״א יונגט״, דורכגעפירט א גלענצענדע אקציע, קאוד נאמען ״מיר גייען זיי ווייזן ווער איז באלעבאס״.
אנדערש ווי יעדעס יאר ווען כ״ק מרן אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר שליט״א פארט מיט א קאר ביזן טויער און פון דארט גייט ער ארויף צופיס ביזן ציון, האבן אנשי חברא קדישא דקהילת מהר״א אונטער די ארדערס פון אברהם יושע גלאנץ, געמאלדן פאר די שטוב פון סאטמארער רבי שליט״א אז דער רבי זז״ג וועט מוזן ארויפגיין צום ציון דורך בארדיטשוב.
מ׳האט זיי פרובירט צו ערקלערן (ווי באקאנט זענען אנשי חברא קדישא דקהילת מהר״א זייער נאריש און קליינקעפיג, נעבעך אזוי געבוירן געווארן, זיי האבן פשוט נישט פארשטאנען די פראבלעם צו ארויפגיין צום ציון דורך בארדיטשוב) אז טאמער דער רבי וועט אריבערגיין דורך די מתיבתא וואו די ערגסטע מושחתים אין די דריי-סטעיט-ראיאן געפינען זיך, גייט זיין לעבעדיג מילד גערעדט, אבער ס׳איז געפאלן אויף טויבע אויערן, זיי האבן געמאלדן אז אויף סקאנעמאנק גייט זיין בלאקירט און סאטמאר רבי וועט מוזן אויפן וועג צום ציון אריבערגיין די מתיבתא.
פון די מיטאג שטונדן האבן די מתיבתא מושחתים זיך אנגעגרייט טאמער סאטמארער רבי וועט ווירקליך קומען דורך בארדיטשוב, שטיינער און פעפער ספרעי, איז אויסגעטיילט געווארן, די ״מהר״א יוגנט״ זענען געווען גרייט פאר די ״מיר גייען זיי ווייזן ווער איז באלעבאס״ אקציע. זיי האבן עס נישט באהאלטן, ס'איז געווען אפציעל און פאר די משגיחי הישיבה איז ניטאמאל איינגעפאלן צו טון עפעס דערוועגן.
ביים אריינגאנג צום פארקינג לאט, האט אברהם יהושע גלאנץ אוועקגעשטעלט צעמענט און א טרעילאר צו בלאקירן די וועג. פארשטייט זיך ס׳האט גארנישט געהאט מיטן סאטמארער רבי, ווי די ערשטע ספין פון די מהר״א קאמפעני דאנערשטאג נאכט האט געלויטעט, ״מ׳האט נישט אפגערעדט מיט חברא קדישא ווען די רבי גייט קומען״ - זיי האבן ווארשיינליך געבלאקט די וועג צו זיכער מאכן אז ווישזניצער חסידים קומען נישט צום ציון צו מאכן א מניין מעריב בעפאר רבינו תם, און מ׳ברויך געבן קרעדיט פאר אברהם יהושע גלאנץ, די טרעילאר איז ווירקליך געווען זייער אפעקטיוו קעגן די וויזניצער חסידים.
די אומוועג וואו מ'האט אויך געקענט אריבערגיין גיין און אנקומען ביזן טויער, האבן זיי געבעטן פון משה דוד דאווידאוויטש צו אוועקשטעלן א טענט לאכילה ושתייה. פארשטייט זיך אנדערש ווי יעדעס יאר האבן די חברא קדישא מיליטאנטן עס אוועקגעשטעלט דווקא ווי מ׳קען אריבערפארן וויבאלד אין די גאנצן שטח איז נישט געווען וואו עס צו לייגן, זיי האבן עס ״געמוזט״ לייגן דארטן.
מושחתי המתיבתא האבן אויפגעשטעלט די טענט, און אויסער משה דוד דאווידאוויטש וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס האט נישט געוואוסט פארוואס מ׳לייגט די טענט דווקא ביים אומוועג, האט גאנץ קרית יואל געוואוסט, א מיסטעריע!
די וואס האבן געמיינט ווען יצחק ראזנבערג איז געשטארבן אז די טעראר און מושחתות עפאכע האט זיך געענדיגט. קענען נישט קהילת מהר"א און זענען זייער נאאיוו.
עס איז אויפגעוואקסן א נייעם דור וואס מ׳האט זיי אריינגעפרעגלט מושחתות מ׳האט זיי פארדארבן דורך און דורך מ'האט זיי אויסגעלערנט אז נאכשרייען פארפעלקער וואס האבן נישט גענומען מהר"א צו זיין זייער מסדר קידושין, אדער ווארפן שטיינער אויף רבנים, אדער אראפשלעפן א טישטוך אנקעגן א רבי פון טויזנטער חסידים, טיילן שלעק, מסר'ן אויף רעכטס און לינקס, פארמאכן בתי מדרשים - איז א קידוש השם. טעראר איז נישט קיין שמוציגע ווארט ביי די מהר"א יוגנט, עס איז א דרך החיים. די בני ברק סומעטאכע האט דאס געוויזן מיט פולע קאלירן פאר ווער ס'האט געמיינט אז ס'איז בלויז דא אדער בלויז דארט. ס'איז א אלגעמיינע פענאמענאן אין די מהר"א געזעלשאפט. די מהר״א קאמפעני איז סינאנים מיט טעראר, זייער קהילה איז געגרינדעט געווארן אויף טעראר און מסירות.