אידישליך נייעס @yiddishlechnews Channel on Telegram

אידישליך נייעס

@yiddishlechnews


נייעס אויף די אידישליך פארנעם!

שמועסן גרופע:
@YiddishlechNewsChat

הויפט טשעננעל:
@Yiddishlech

קאממענטארן:
@ShmoozeBot

אידישליך נייעס (Hebrew)

ברוכים הבאים לערוץ 'אידישליך נייעס'! הערוץ שבו תוכלו למצוא את החדשות החמות בעולם היהודי בשפה הידישית. כאן תוכלו למצוא מידע עדכני, כתבות מעניינות ודיווחים מבטחוניים אקטואליים.

מיים ערוץ זה? 'אידישליך נייעס' הוא ערוץ חדשות בשפה הידישית המתעדכן באופן יומיומי ומספק מידע מהימן ואמין לקהל העוקב אחר החדשות היהודיות.

מה יש למצוא בערוץ? בערוץ 'אידישליך נייעס' תוכלו לקרוא על מבצעים צבאיים, אירועים חברתיים ותרבותיים, ולהתעדכן בכל נושא שקשור לעולם היהדות בשפה המקורית שלה.

אל תחמיצו את ההזדמנות להיות בקשר עם החדשות החמות בעולם היהודי! הצטרפו עכשיו לערוץ 'אידישליך נייעס' והיה מעודכן תמיד על כל האירועים החמים ביהדות ובעולם.

אידישליך נייעס

13 Feb, 21:08


דעניעל סעססון, פעדעראלע פראקוראר פון ניו יארק, האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע נאך וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט איר פארארדענט צו ארויסווארפן די אנקלאגעס קעגן מעיאר עריק עדעמס.

אידישליך נייעס

13 Feb, 17:41


ראבערט פ. קענעדי דזשוניאר איז באשטעטיגט געווארן דורך די סענאט צו דינען אלס העלט ענד היומען סערוויסעס (HHS) סעקרעטאר.

אידישליך נייעס

12 Feb, 23:14


אטורני דזשענעראל פעם באנדי מעלדט אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעגעבן אנקלאגעס קעגן ניו יארק, ניו יארקע גאווערנער קעיטי האוקל, אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס און מארק שראודער פון די DMV צוליב זייער האנדלונג פון אומלעגאלע אימיגראנטן.

אידישליך נייעס

12 Feb, 18:47


נאכן רעדן מיט פרעזידענט פוטין, האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט אוקראינישער פרעזידענט זעלענסקי.

אידישליך נייעס

12 Feb, 17:17


מארק פאוגל ביים אויפגענומען ווערן אין ווייסן הויז דורך פרעזידענט טראמפ נאכן באפרייט ווערן פון רוסלאנד.

אידישליך נייעס

12 Feb, 17:14


פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט אפגעהאלטן א שמועס מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, אין וועלכע זיי האבן ארומגערעדט איבער מערערע אנגעלעגנהייטן, צווישן זיי די קריג אין אוקראינע, און האבן באשלאסן אז זיי וועלן באזוכן איינער דעם אנדערנ'ס לאנד.

פרעזידענט טראמפ דערמאנט אויך דעם אמעריקאנער בירגער מארק פאוגל, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין רוסלאנד נאנט צו 4 יאר צוריק צוליב לעכערליכע דראג אנקלאגעס, און איז נעכטן באפרייט געווארן פון רוסלאנד און זיך אומגעקערט קיין אמעריקע, נאך וואס טראמפ'ס ספעציעלע שליח סטיוו וויטקאף האט באזוכט אין מאסקאווע.

אידישליך נייעס

12 Feb, 16:51


סענאט האט באשטעטיגט טולסי געבערד אלס דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעלידזשענס.

דאס קומט נאך וואס עטליכע דעמאקראטן האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט די רעפובליקאנער און געפארעמט א סופער-מיאריטעט און געשטימט צו ענדיגן די פיליבאסטער וואס די דעמאקראטן האבן אנגעהאלטן אין א פרואוו צו בלאקירן געבערד'ס באשטעטיגונג.

אידישליך נייעס

11 Feb, 15:23


די עקטינג דעפיוטי אטורני דזשענעראל, עמיל באוו, האט אין א בריוו באפוילן די פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק צו ארויסווארפן אלע אנקלאגעס קעגן ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס.

מעיאר עדעמט זאגט אין א סטעיטמענט "ווי איך האב געזאגט פון אנהייב, איך האב קיינמאל פארלעצט דאס געזעץ, און כ'וואלט קיינמאל נישט געטון אזאנס".

אידישליך נייעס

11 Feb, 00:11


כאמאס האט געמאלדן אז זיי וועלן נישט ארויסלאזן פרישע משכונות ביז א קומענדיגע מעלדונג, אנגעבנדיג אז מדינת ישראל האט געבראכן זייער טייל פונעם אפמאך, אבער האבן נישט אנגעגעבן גענוי וואס.

פרעזידענט טראמפ זאגט אז פון זיין זייט זאל מדינת ישראל געבן פאר כאמאס א דעדליין ביז 12:00 דעם קומענדיגן שבת ארויסצולאזן אלע פארכאפטע, און אז נישט זאלן זיי "געבן דאס גהינום" פאר כאמאס.

נעכטן האט דער פרעזידענט געזאגט פאר רעפארטער אויף די וועג אהיים פונעם סופער-באול, אז די באפרייטע משכונות האבן אויסגעקוקט אויסגעמאגערט "ממש ווי האלאקאוסט איבערלעבער".

אנאליסטן האבן זיך געלאזט הערן אז די סיבה פארוואס כאמאס וויל נישט ארויסגעבן מער פארכאפטע איז מעגליך צוליב די שוידערליכע געזונט צושטאנד וואס זיי געפונען זיך, נאך די רעאקציע פון די וועלט צו די 3 משכונות וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן שבת.

אידישליך נייעס

10 Feb, 02:59


טראמפ איז אוועקגעגאנגען פרי פון די סופער-באול שפילן, תיכף נאך די העלפטיים שאו, נאך וואס די 'קענסעס סיטי טשיפס' טיעם, וועלכע ער האט געוואלט זאל געווינען האט געליטן שטארקע פארלוסטן.

אויף די וועג צוריק קיין וואשינגטאן האט טראמפ געמאלדן אז די טרעזשורי דעפארטמענט וועט אויפהערן פראדוצירן פרישע פעניס, זינט עס קאסט איבער 2 צענט צו פראדוצירן איין פעני.

אידישליך נייעס

09 Feb, 22:00


פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א פראקלעמאציע וואס דערקלערט דעם היינטיגן טאג, פעברואר 9, אלס דער ערשטער "גאלף אוו אמעריקע טאג".

טראמפ'ס עיר פארס 1 עראפלאן איז געפלויגן העכער די גאלף וואסערן בשעת ער האט אונטערגעשריבן די פראקלעמאציע, אויף די וועג צו די היינטיגע סופער-באול שפילן אין ניו ארליענס.

אידישליך נייעס

09 Feb, 07:02


א וואשינגטאן די.סי. פעדעראלע ריכטער האט בלאקירט די טראמפ אדמיניסטראציע פון אפזאגן 2,200 USAID איינגעשטעלטע, און האט צוריקגעשטעלט 500 וואס זענען שוין אויפגעזאגט געווארן. אזוי האט ער פארארדענט אז אלע איינגעשטעלטע זאלן צוריקבאקומען עקסעס צו זייער אימעיל און סעקיוריטי סיסטעמס.

די איינגעשטעלטע האבן באקומען אן אימעיל אום 2:00 פארטאגס אז זיי זענען צוריק אויף זייערע פאזיציעס ביז פעברואר 14. דער ריכטער האט געסקעדזשולט א היערינג פאר פעברואר 12.

אידישליך נייעס

09 Feb, 06:44


טרעזשורי סעקרעטערי סקאט בעסענט זאגט אז ער האט פערזענליך אונטערגעזוכט די טרעזשורי איינגעשטעלטע פון מאסק'ס טיעם, און אז זיי קענען גארנישט אליינס טוישן, נאר איבערקוקן.

בעסענט זאגט אז ער האלט אז די איבערזיכט איז זייער א גוטע זאך, און אז ער איז אויף איין זייט מיט מאסק.

אידישליך נייעס

09 Feb, 06:44


א פעדעראלע ריכטער האט אפגעשטעלט מאסק און זיין DOGE דעפארטמענט פון האבן סיי וועלכע צוטריט צו פינאנציעלע אינפארמאציע פון די טרעזשורי דעפארטמענט, ביז פעברואר 14 ווען עס וועט פארקומען א היערינג אין געריכט אויף דעם.

דאס קומט נאך וואס 19 שטאטן, אין שפיץ פון ניו יארק אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן טראמפ פארן געבן צוטריט פאר מאסק צום טרעזשורי דעפארטמענט.

דזשעימס געבט אן אז דער פרעזידענט האט נישט די לעגאלע רעכט צו געבן צוטריט פאר זיינע איינגעשטעלטע צום טרעזשורי. אזוי אויך געבט זי אן אז מאסק קען אפשטעלן געלטער פאר מענטשן - עפעס וואס די טרעזשורי סעקרעטערי האט אפגעווארפן.

אידישליך נייעס

02 Feb, 00:28


א מעדעצינישע טראנספארט פליגער וועלכע האט טראנספארטירט א איגענטליכע פאציענט האט געקראכט אין פילאדעלפיע.

4 שטאב מיטגלידער, די פאציענט און א פאמיליע מיטגליד וועלכע האבן זיך געפונען אויפן פליגער זענען אומגעקומען אינעם קראך, אזוי אויך איז איינער אין א קאר אומגעקומען און 19 אויף די ערד זענען פארוואונדעט געווארן.

אידישליך נייעס

02 Feb, 00:26


פרעזידענט טראמפ מעלדט אז די אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט לופט אטאקעס אויף אייסיס טעראריסטן אין סאמאליע.

אידישליך נייעס

02 Feb, 00:25


פרעזידענט טראמפ מעלדט אז ער האט ארויפגעלייגט א 25% טאריף אויף פראדוקטן פון קאנאדע און מעקסיקא, 10% טאריף אויף קאנאדישע ענערגיע און 10% טאריף אויף כינע.

אידישליך נייעס

31 Jan, 18:48


פרעסע סעקראטאר לעוויט באשטעטיגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט מארגן ארויפלייגן א 25% טאריף אויף פראדוקטן פון קאנאדע און מעקסיקא און 10% טאריף אויף כינע, צוליב די איבערפלוס פון טויטליכע פענטענאל און אימיגראנטן וועלכע זיי לאזן אריבער די גרעניץ.

אידישליך נייעס

31 Jan, 01:55


פרעזידענט טראמפ אין א טרוט ווארנט לענדער וועלכע זענען מיטגלידער אין די BRICS פאראיין, אז אויב וועלן זיי אוועקפירן זייער האנדל פון די אמעריקאנער דאלער, אדער ערצייגן א פרישע וואלוטע, וועלן זיי אויסשטיין 100% טאריפס.

אידישליך נייעס

31 Jan, 00:00


סענאט האט נארוואס באשטעטיגט 79-18 געוועזענער נארט דעקאטע גאווארנער דאג בורגעם, טראמפ'ס נאמינאציע פאר סעקרעטערי אוו אינטיריער.

אידישליך נייעס

30 Jan, 15:03


אויטאריטעטן זאגן אז קיינער פון די רייזענדע האבן נישט איבערגעלעבט פון די שרעקליכע עראפלאן און העליקאפטער צוזאמשטויס.

אידישליך נייעס

30 Jan, 03:20


פרעסע סעקראטאר לעוויט זאגט אז די העליקאפטער איז א מיליטערישע, און אז דער פרעזידענט האלט מיט די באריכטן פונדערנאענט.

אידישליך נייעס

30 Jan, 03:16


אן אמעריקען עירליינס פליגער האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א העליקאפטער העכערן פאטאמאק ריווער, איידער'ן לאנדן אין רעיגען לופטפעלד אין וואשינגטאן די סי.

די לופטפעלד איז אפגעשלאסן, און לאקאלע רעטונגס קרעפטן זענען אויפן ארט.

די פליגער האט געטראגן 64 מענטשן אריינגערעכנט די מאנשאפט. דערווייל איז נאכנישט דא קיין אינפארמאציע איבער די צאל פארוואונדעטע און זייער צושטאנד.

אידישליך נייעס

29 Jan, 20:40


געוועזענער ניו דזשערסי דעמאקראטישע סענעטאר באב מענענדעז איז פאראורטיילט געווארן צו 11 יאר אין טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אויף שוחד אנקלאגעס.

אידישליך נייעס

29 Jan, 19:51


פרעזידענט טראמפ זאגט אז די אדמיניסטראציע פלאנט צו נוצן די גואנטאנאמע בעי טורמע צו האלטן שעדליכע אומלעגאלע אימיגראנטן.

אידישליך נייעס

29 Jan, 18:15


די טראמפ אדמיניסטראציע האט צוריקגעצויגן פון די מעמארענדום וואס זיי האבן געהאט ארויסגעשטעלט איבער די פעדעראלע פאנדינג אפשטעל, צוליב וואס עס איז נישט געווען גענוג קלאר וועלכע געלטער עס ווערן אפגעשטעלט און געברענגט א צומישעניש.

אידישליך נייעס

29 Jan, 06:37


דער היימישער רעפארטער פאר די "משפחה" מאגאזין, אברהם יעקב טערקלטויב וועלכע גייט ביים נאמען "דזשעיק טורקס", ביים פרעגן א פראגע פון פרעסע סעקראטאר קעראליין לעוויט אנבאלאנגט די הוטיס און UNWRA היינט ביי די ווייסע הויז פרעסע בריעפינג, זיך פארשטעלדיג אלץ א דזשורנאליסט פון "כלל ישראל".

אידישליך נייעס

29 Jan, 01:23


אן F-35 קאמפס פליגער האט געקראכט אין די עיעלסאן עיר פארס באזע אין אלאסקע. דער פילאט האט איבערגעלעבט.

אידישליך נייעס

28 Jan, 23:28


א פעדעראלע ריכטער האט ארויפגעלייגט א צייטווייליגע סטעי, ביז קומענדיגע מאנטאג, אויף די אפשטעל פון פעדעראלע פאנדן פון די טראמפ אדמיניסטראציע וואס האט היינט נאכמיטאג געדארפט אריינגיין אין אפעקט.

אידישליך נייעס

28 Jan, 22:06


פרעזידענט טראמפ האט איינגעלאדענט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער צו זיין דער ערשטער וועלטליכער פירער צו באזוכן די ווייסע הויז אין זיין צווייטע טערמין. די באזוך וועט זיין קומענדיגע וואך דינסטאג, פעברואר 8.

אידישליך נייעס

28 Jan, 19:41


פרעסע סעקראטאר קעראליין לעוויט זאגט אז די טראמפ ווייסע הויז וועט אריינלאזן נייע סארטן דזשורנאליסטן אין די בריעפינג רום וואס זענען נישט טייל פון די גרויסע נייעס פלאטפארמעס, א שטייגער ווי זעלבסטשטענדיגע דזשורנאליסטן, פאדקעסטערס, בלאגערס, און סאציאלע מידיע פערזענליכקייטן.

דאס איז אין צוגאב וואס די טראמפ ווייסע הויז וועט צוריק אריינלאזן ארום 400 דזשורנאליסטן וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט בלאקירט.

אידישליך נייעס

28 Jan, 19:04


פרעסע סעקראטאר קעראליין לעוויט קלארט אויס אז די צייטווייליגע אפשטעל פון פעדעראלע פאנדן טוט נישט אפעקטירן געלטער וואס קומען צו מענטשן דירעקט, א שטייגער ווי פוד סטעמפס אד"ג.

אידישליך נייעס

28 Jan, 18:59


דורכאויס איר ערשטע פרעסע קאנפערענץ אין די ווייסע הויז, מעלדט פרעסע סעקראטאר קעראליין לעוויט אז די דראונס העכער ניו דזשערסי זענען געווען אויטאריזירט דורך די ביידען אדמיניסטראציע און זענען נישט פון קיין פיינטליכע לענדער.

אידישליך נייעס

28 Jan, 18:20


סענאט האט נארוואס געשטימט 78-22 צו באשטעטיגן געוועזענער וויסקאנסין קאנגרעסמאן און פראקוראר שאן דאָפי, טראמפ'ס נאמינאציע פאר טראנספארטאציע סעקרעטאר.

אידישליך נייעס

28 Jan, 16:43


באקאנטער CNN אנקער דזשים אוקאסטע וועלכער האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיינע געפעכטן מיט פרעזידענט טראמפ ווען ער האט געדינט אלס CNN'ס הויפט ווייסע הויז קארעספאנדענט אין לויף פון טראמפ'ס ערשטע טערמין, האט היינט געמאלדן לייוו אז ער לאזט איבער די נעטווארק.

דאס קומט נאך וואס די נעטווארק האט געפלאנט צו אריבערפירן זיין שוי פון די פאפולערע צופרי שעות צו א ווייניגער פאפולערע צייט, אלס טייל פון אן אינערליכע אויפשאקלונג.

אידישליך נייעס

28 Jan, 16:05


היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר קריסטי נאועם האט זיך באטייליגט היינט אין א רייע ICE איבערפאלן אין ניו יארק סיטי וואו מען האט ארעסטירט אומלעגאלע אימיגראנטן.

אידישליך נייעס

23 Jan, 09:21


די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט צו פארקויפן צוויי דריטל פון די פעדעראלע רעגירונג'ס אפיסעס.

די פעדעראלע דזשענעראל סערוויס אדמיניסטראציע (GSA), וועלכע מענעדזשט ארום 370 מיליאן סקווער פיס פון אפיס פלאץ ארום די לאנד, מוטשעט זיך מיט אובאנוצטע און נישט מעינטעינד בנינים.

דאס פארפלייצונג פון רעגירונג געביידעס קען פירן צו א שטארקע טראסק אין די אפיס ריעל עסטעיט מארקעט, מיט עטליכע עקפערטן וואס שאצן אז בנינים קענען זיך פארקויפן פאר אזוי נידעריג ווי 30 צענט אויפ'ן דאלער.

די GSA איז אויך איינע פון די גרעסטע טענעטס אין וואשינגטאן די.סי., ליסענדיג ארום 70 מיליאן סקווער פיס פון אפיס פלאץ. ארום 75% פון די בנינים פאלן אונטער די נייע פלאן און די רעגירונג וועט אויפגעבן די ליסעס, וואס שטעלט ערנסטע פראבלעמען פאר ארטיגע לענדלארס וואס פארלאזן זיך אויף די GSA אלץ טענעטס.

אידישליך נייעס

23 Jan, 09:20


סטעלענטיס, אייגענטומער פון די באקאנטע קאר ברענדס קרייסלער, דזשיפ און דאדזש, האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריקברענגען 1,500 דזשאבס פון קאנאדע צו אילינוי, צו פאבריצירן נייע דאדזש דורענגא קארן.

אידישליך נייעס

23 Jan, 09:06


אילאן מאסק אויף טוויטער האט באשולדיגט אז די פרישע סטארגעיט פירמע האט נישט באמת די געלט וואס זיי פארשפרעכן צו אינוועסטירן. סעם אלטמען, CEO פון OpenAI האט אפגעשלאגן מאסק'ס ווערטער און איהם געליידענט צו איינס פון די ערטער וואס ווערן שוין געבויעט.

אין רעאקציע האט מייקראסאפט CEO סאטיאַ נאדעלא געזאגט, "כ'ווייס נאר אז איך בין גוט פאר מיינע $80 ביליאן דאלאר". דאס קומט נאך וואס מיט די סטארגעיט פראיעקט איז מייקראסאפט שוין נישט די איינציגסטע וואס שטעלט צו סערווערס פאר OpenAI ווי ביז היינט.

אידישליך נייעס

23 Jan, 01:08


פרעזידענט טראמפ מעלדט אז ער שטעלט שאן קוררען צו דינען אלס סיקרעט סערוויס דירעקטאר.

קוררען איז פאר א לענגערע צייט געשטאנען אין שפיץ פון טראמפ'ס פערזענליכע זיכערהייט דיטעיל און ווערט געזעהן אין די היסטארישע בילד נאך די אטענטאט אויף טראמפ.

אידישליך נייעס

22 Jan, 20:58


ספיקער זשאנסאן האט געמאלדן א פרישע יאנואר 6 סאבקאמיטע צו דערגיין דעם אמת וועגן וואס האט פאסירט יענעם טאג.

אידישליך נייעס

22 Jan, 18:47


גרעניץ צאר טאם האומען זאגט אז אין די לעצטע 24 שעה האט ICE ארעסטירט 308 אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען אנגעקלאגטע ווילדע פארברעכער.

אידישליך נייעס

22 Jan, 07:18


פרעזידענט טראמפ האט היינט געמאלדן א פרישע AI פראיעקט "סטארגעיט", וואו די אמעריקאנע פירמעס וועלן אינוועסטירן $500 ביליאן צו בויען AI אינפראסטרוקטור צו ערמעגליכן אמעריקע צו זיין פאראויס אין די AI געיעג.

די מעלדונג איז געמאכט געווארן מיט די באטייליגונג פון דער CEO פון OpenAI סעם אלטמען, ארעקל CEO לערי עליסאן, און סאפטבענק CEO מאסאַיאָשי סאָן, וועלכע וועלן אינאיינעם אינוועסטירן אין די פראיעקט.

די פרישע פראיעקט שלאגט פאר צו שאפן פרישע 100,000 דזשאבס.

אידישליך נייעס

22 Jan, 00:09


ברעיקינג: טראמפ האט נארוואס געמאלדן אז ער האט פולקאם פארדאנירט ראסס אלבריכט, דער פירער פון די "סילק ראוד" שווארצע מארק וועבזייטל, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן פאר איבער 2 לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען, און זיצט שוין פאר איבער 10 יאר.

פארגאנגענעם זומער אין זיין אויפטריט ביי די קאנווענשאן פון די ליבערטעריען פארטיי האט טראמפ פארשפראכן אים צו פארדאנירן, און האט אצינד פארפולקאמט דעם צוזאג.

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:49


טראמפ'ס פריש איבערגעמאכטע ווייסע הויז וועבזייטל וואו מען קען קלארערהייט און גרינגערהייט מיטהאלטן די פרעזידענטליכע עקשאנס.
WhiteHouse.gov

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:46


טראמפ האט היינט אנגעהויבן אויפזאגן איינגעשטעלטע וועלכע גייען נישט אין שפאן מיט זיין אגענדע, אריינגערעכנט געוועזענער גענעראל מארק מילי.

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:21


טראמפ ביים זאגן פאר רעפארטער אז ער באטראכט צו איינשטעלן א 25% טאריף אויף מעקסיקא און קאנאדע, אנגעהויבן פעברואר 1.

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:19


טראמפ ביים אונטערשרייבן אז אמעריקע ציעט זיך ארויס פון WHO - די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע.

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:04


טראמפ לייגט "מענטשן איבער פיש", און פארארדענט זיין רעגירונג צו רוקן וואסער פון די צפון חלק פון קאליפארניע צו אנדערע אויסגעטרוקענטע חלקים פונעם סטעיט. ביז היינט האט געווארנער ניוסאם דאס נישט געלאזט טון אין א פרואוו צו באשיצן א קליין "סמעלט" פישל פון אויסגעראטן ווערן.

אידישליך נייעס

21 Jan, 11:00


טראמפ האט אוועקגענומען די סעקיוריטי קלערענס פון די 51 געוועזענע שפיאנאזש קאמיוניטי איינגעשטעלטע וועלכע זענען געכאפט געווארן ליגענט זאגן אנבאלאנגט די האנטער ביידען לעפטאפ, ווען זיי האבן פובליצירט א בריוו פאלש אנגעבנדיג אז עס איז טייל פון א רוסישע מיסאינפארמאציע קאמפיין, און ווערן דערביי גערעכנט ווי זיי האבן זיך געמישט אין די 2020 וואלן.

אידישליך נייעס

21 Jan, 10:56


אין זיין ערשטע טאג אין אפיס האט טראמפ אונטערגעשריבן הונדערטער דאקומענטן, און געענטפערט פראגעס פון רעפארטער פאר שעות.

• העכער 200 עקזעקוטיוו עקשאנס
• 115 פערסאנעל אקציעס
• 42 עקזעקוטיוו ארדערס, מעמארענדע און פראקלעמאציעס

צווישן אנדערע:

- נאציאנאלע עמערדזשענסי ביים גרעניץ
- אנערקענט דראג קארטעלן אלס טעראר גרופעס
- דרייעט צוריק ביידענ'ס H1B אימיגראציע פאליסי
- קיין אטאמאטישע געבורט בירגערשאפט
- באפרייט יאנואר 6 איינגעזעצטע
- ענדיגט רעגירונג סאציאלע מידיע צענזור
- ארויסגעצויגן פון WHO
- אנולירט אלע DEI פראגראמען
- אוועקגעשטעלט די DOGE אפטיילונג
- דערקלערט: עס איז נאר דא 2 דזשענדערס
- קאליפארניע וואסער אנשטאט באשיצן פיש
- טוישן נאמען פון בארג מעקינלי פון אבאמא'ס "דענאלי"
- "גאלף אוו אמעריקע" אנשטאט מעקסיקא
- 90 טעג נישט שיקן געלטער פאר לענדער ביז איבערזיכט
- אויסגעצויגן טיקטאק דעדליין מיט 90 טעג
- צוריקגעשטעלט די טויט אורטייל אפציע
- באשטראפט CIA האנטער לעפטאפ ליגנער
- מוטיגן הערליכע רעגירונגס געביידעס

טראמפ איז ערווארטעט צו אונטערשרייבן נאך אסאך עקזעקוטיוו ארדערס, און צו באפרייען נאך מענטשן אין די קומענדיגע טעג. טייל פון די וואס זענען געווארן אונטערגעשריבן היינט זענען ערווארטעט צו גיין אין קאורט.

אידישליך נייעס

15 Jan, 18:06


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ איבער די משכונות אפמאך און פייער שטילשטאנד.

אידישליך נייעס

15 Jan, 16:58


א פייער שטילשטאנד איז אויסגעארבעט געווארן צווישן מדינת ישראל און כאמאס, אין וועלכע כאמאס וועט אומקערן די פארכאפטע משכונות און מדינת ישראל וועט באפרייען ארעסטירטע טעראריסטן.

די ערשטע פאזע פון די אפמאך נעמט אריין א 6 וואכן פייער שטילשטאנד, דורכאויס וועלכע די צה"ל וועט שטאפלווייז זיך ארויסציען פון געוויסע געגנטער פון עזה, כאמאס וועט באפרייען 33 משכונות, אין אויסטויש וועט מדינת ישראל באפרייען 30 טעראריסטן פאר יעדע ציווילע באפרייטע און 50 טעראריסטן פאר יעדע מיליטערישע באפרייטע.

אידישליך נייעס

12 Jan, 17:35


דראמאטישע ווידעא וויאזוי די קאליפארניע ווילדע פייערן ווערן באקעמפט פון די לופטן.

דערווייל שטייט די טויטצאל פון די שרעקליכע פייערן ביי 16, עס האט שוין פארברענט 40,000 אקער לאנד און פארניכטעט איבער 12,000 געביידעס, נאנט צו 180,000 זענען געצווינגען געווארן צו עוואקואירט ווערן, און עס ווערט געשאצט צו דערווייל האבן געקאסט נאנט צו $150 ביליאן.

איבער 14,000 פייער פערסאנעל פון מערערע שטאטן און פון קאנאדע און מעקסיקא באקעמפן די פייערן און ברענגען זיי צעשטייטליך אונטער קאנטראל.

אידישליך נייעס

10 Jan, 17:00


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ איז פאראורטיילט געווארן אויף די מאנהעטן האש מאני אנקלאגעס צו "אנקאנדישענל דיסטשארדזש".

דאס מיינט אז טראמפ איז נישט צוגעטיילט געווארן קיין טורמע טערמין אדער פראובעישן, אבער ער איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו ווערן פאראורטיילט אויף א פעלאני.

אידישליך נייעס

10 Jan, 03:38


לאס אנדזשעלעס פאליציי האט ארעסטירט א פארדעכטיגטער אין אנצינדן איינע פון די גאר ווילדע פייערן וועלכע בוזשעווען אין די ארטיגע געגנטער.

די פייערן זענען דערווייל זערא אונטער קאנטראל, און ווערט געשאצט צו זיין די מערסט קאסטבארע פייערן אין ארטיגע היסטאריע.

אידישליך נייעס

09 Jan, 16:28


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ מיט געוועזענער פרעזידענט אבאמא און געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס, ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פון פארשטארבענער פרעזידענט דזשימי קארטער.

אידישליך נייעס

08 Jan, 07:09


א סטעיט אוו עמערדזשענסי איז דערקלערט געווארן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, נאך וואס מאסיווע ווילדע פייערן ברענען אין די ארטיגע פאסיפיק פאלעסיידס געגנט.

איבער 30,000 היימען זענען שוין עוואקואירט געווארן, אין די פייערן פארשפרייטן זיך ווילדערהייט.

אידישליך נייעס

06 Jan, 18:45


וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס האט סערטעפייד איר אייגענע פארלוסט היינט אין קאנגרעס, און אפיציעל באשטעטיגט דאנעלד טראמפ אלס דער קומענדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

אידישליך נייעס

06 Jan, 16:32


קאנאדישער פרעימיער מיניסטער דזשאסטין טרודעא האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין פאזיציע. דאס קומט אין די צייט וואס זיין פארטיי שטייט גאר נידריג אין די אנקעטעס פאר די קומענדיגע וואלן.

אידישליך נייעס

03 Jan, 20:56


קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז אפיציעל ווידערערוועלט געווארן צו דינען אלס ספיקער אין די 119'טע קאנגרעס.

אידישליך נייעס

01 Jan, 20:25


א א באמבע האט אויפגעריסן אין א טעסלא סייבערטראק פארנט פון טראמפ האטעל אין לאס וועגאס. לויט אן ABC באריכט פארשן דאס אויטאריטעטן אויס אלס א מעגליכע אקט פון טעראר.

אידישליך נייעס

01 Jan, 17:13


א טויטליכע קאר אטאקע איז פארגעקומען אין ניו ארלינס, ווען א מאן מיט אן אייסיס פאן איז אריינגעפארן מיט זיין פיקאפ טראק אין א גרופע מענטשן ביי די נייע יאר סעלעבראציעס, פון וועלכע ווייניגסטענס 10 מענטשן זענען אומגעקומען.

נאכן אריינפארן אין די גרופע איז דער דרייווער ארויסגעקומען און אנגעהויבן שיסן אויף פאליציי, פון וועלכע 2 אפיצירן זענען פארוואונדעט געווארן. פאליציי האבן באוויזן צו דערשיסן און עלימינירן דעם טעראריסט.

לאקאלע און פעדעראלע אויטאריטעטן זאגן אז זיי פארשן עס אויס אלס אן אקט פון טעראריזם. דעטאלן ארום דעם טעראריסט איז דערווייל נישט קלאר.

אידישליך נייעס

29 Dec, 21:06


דער 39'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דזשימי קארטער, איז געשטארבן אין עלטער פון 100 יאר.

אידישליך נייעס

19 Dec, 15:40


די דזשארדזשיע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז פולטאן קאונטי דיסטריקט אטורני פעני וויליס און איר גאנצע שטאב זענען דיסקוואליפיצירט פון די וואלן אריינמישונג קעיס קעגן פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ און אלע אנדערע אנגעקלאגטע, אבער האט אפגעווארפן די ביטע צו פולקאם ארויסווארפן די קעיס.

אידישליך נייעס

19 Dec, 05:58


די אמעריקאנער סטאק מארקעט האט היינט געטראסקעט נאך וואס די פעדעראלע רעזערוו האט ארויסגעשטעלט איר אינטערעסט ראטעס שניטן פלאן פאר 2025, און האט אנגעגעבן נאר 2 געפלאנטע שניטן אין 2025, און נישט 4 ווי פריער פאראויס געשאצט.

די פעדעראלע רעזערוו האט היינט געמאלדן ראטע שניט פון 0.25 פון א פראצענט, אראפברענגדיג די ראטע פון ארום 4.75-50% צו 4.50.25%, ווי ערווארטעט.

די דאו דזשאונס איז געפאלן מיט איבער 2.50% אנציענדיג צום ערשטן מאל זינט 1974 א 10 טאג אין א ציה פארלוסט, און די S&P 500 איז געפאלן מיט ארום 3%, און די נעסדעק מיט איבער 3.50%.

אידישליך נייעס

15 Dec, 00:23


דעניעל פעני מיט פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ און וויצע עלעקט ווענס ביי די ארמיי קעגן נעווי פוטבאל שפיל אין מערילענד.

אידישליך נייעס

12 Dec, 15:02


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ איז אויסגעקליבן געווארן דורך טיים מאגאזין אלס "פערזאן פון די יאר".

דאס איז די צווייטע מאל וואס טראמפ ווערט אויסגעקליבן, נאכן שוין ווערן אויסגעקליבן אין 2016.

אידישליך נייעס

12 Dec, 05:13


בד"ה: דאס קינד, הילד יושע אהרן טובי' שמחה הי"ד, איז ליידער אויסגעגאנגען פון די וואונדן.

אידישליך נייעס

11 Dec, 22:41


א שיסעריי טעראר אטאקע איז פארגעקומען רח"ל אויף א באס וועלכע איז געפארן פון די היימישע ביתר צו ירושלים.

יעצטיגע באריכטן גיבן אן א 12 יעריג קינד אין א קריטישע צושטאנד, מיט נאך 2 אין אן ערנסטע צושטאנד ה"י און עטליכע לייכט פארוואונדעטע.

א ברייטע זוכעריי קומט פאר נאך דעם טעראריסט.

אידישליך נייעס

11 Dec, 19:17


דער FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי האט היינט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט קומענדיגע מאנאט, מיט די ענדע פון די ביידען אדמיניסטראציע.

דאס קומט נאך וואס טראמפ האט נאמינירט קעש פעטעל אלס FBI דירעקטאר, און וואלט ווארשיינליך אויפגעזאגט דירעקטאר רעי וועמענ'ס ארגינעלע טערמין ענדיגט זיך אין 2027.

אידישליך נייעס

01 Dec, 05:30


פרעזידענט עלעקט טראמפ האט נאמינירט קעש פעטעל צו דינען אלס FBI דירעקטאר אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע.

פעטעל, א שטארקער טראמפ לאיאליסט, האט געדינט אין פארשידענע הויעכראנגיגע פאזיציעס אינערהאלב פארטיידיגונגס און שפיאנאזש אגענטורן דורכאויס די ערשטע טראמפ טערמין, און איז געווען אינסטרומענטאל אין אויפדעקן דעם אמת איבער די פאלשע באשולדיגונגען איבער צוזאמארבייט מיט רוסלאנד.

פעטעל, א לאנגיעריגער פראקוראר פאר די נאציאנאלע סעקיוריטי געמיינדע, האט נאך געדינט אונטער אבאמא אויף עטליכע פאזיציעס אין די פעלד.

אידישליך נייעס

01 Dec, 01:50


וואס גייט פאר אין סיריע?

אין 2011, דורכאויס די אראבישע פרילינג, האט א בלוטיגע ברודער קריג אויסגעבראכן אין סיריע, צווישן די אסאד רעזשים קרעפטן און עטליכע רעבעלן גרופעס.

דורכאויס די קומענדיגע יארן זענען שלאכטן אנגעגאנגען צווישן די אסאד מיליטער (SAA) אונטערגעשטיצט דורך רוסלאנד און איראן קעגן פארשידענע אנדערע גרופעס, צווישן זיי די SNA אונטערגעשטיצט דורך טערקיי.

אין 2014 האט אמעריקע זיך אריינגעמישט און שטארק געשטיצט די קורדישע קרעפטן, וועלכע זענען אן עטנישע גרופע פאר זיך, נאך וואס אייסיס איז אנגעקומען קיין סיריע, און אמעריקע אינאיינעם מיט די קורדן האבן עלימינירט אייסיס פון דארט.

די לעצטע 10 יאר איז אבער געווען מער ווייניגער שטיל מיט די אסאד קרעפטן וועלכע האבן אנגעהאלטן קאנטראל מער ווייניגער אויפן לאנד, און די רעבעלן האבן אנגעהאלטן קליינע שטיקער טעריטאריע דא דארט.

דעם פארלאפענעם מיטוואך האבן א גרופע רעבעלן, גערופן די HTS, וועלכע באשטייט פון געוועזענע אל קאידא טעראריסטן, אייסיס קעמפפער און נאך פארשידענע דזשיהאדיסטישע גרופעס, אינאיינעם מיט די טערקיי געשטיצטע SNA אנגעהויבן א מאסיווע מיליטערישע אפעראציע קעגן די אסאד רעזשים קרעפטן.

נאך בלויז 3 טעג האבן זיי באוויזן צו אייננעמען די צווייט גרעסטע שטאט אין סיריע, אלעפא, און מארשירן ווייטער אין די צייט וואס די אסאד רעזשים קרעפטן פארלאזן זייערע פאזיציעס. די רעבעלן גרופעס שטייען אבער אויס שווערע לופט אטאקעס פון די רוסישע לופט קרעפטן וועלכע קומען צו הילף פאר אסאד.

אין די זעלבע צייט טוען די קורדישע קרעפטן אויך איינעמען פאזיציעס פון די אסאד קרעפטן, אבער די רעבעלן גרופעס זענען אויך קעגן זיי אלזא קומען אויך פאר שלאכטן צווישן די קורדן און די רעבעלן.

לויט מערסטנס אנאליסטן איז די אורזאך צו די יעצטיגע אפעראציע אונטערגענומען דורך די רעבעלן צוליב וואס חיזבאלא, וועלכע האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן אסאד מיט פאקטישע הילף און העפטיג אנטיילגענומען אין די שלאכטן, איז אינגאנצן צעשמעטערט געווארן דורך מדינת ישראל.

אידישליך נייעס

26 Nov, 21:24


פרעזידענט ביידען מעלדט אז אנגעהויבן 4:00 פארטאגס וועט אריינגיין אין קראפט א פערמענאנטע פייער אפשטעל ביי די מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון.

ביידען זאגן אז די לעבאנעזער ארמיי וועט איבערנעמען די גרעניץ טערעטאריע, און מדינת ישראל קרעפטן וועלן זיך ארויסציען איבער די נעקסטע 60 טעג. ביידען פארשפרעכט אז מען וועט נישט צולאזן פאר חיזבאלא זיך צוריק אויפצובויען אינעם ראיאן און צו שטערן די איינוואוינער אין צפון ארץ ישראל.

אידישליך נייעס

26 Nov, 05:50


ווייסע הויז דעפיוטי פרעסע סעקראטאר ענדרו בעיטס זאגט אז פרעזידענט ביידען און זיין פרוי דזשיל ביידען וועלן אנטיילנעמען אין פרעזידענט עלעקט טראמפ'ס איינשווערונג צערעמאניע.

אידישליך נייעס

26 Nov, 05:50


פרעזידענט עלעקט טראמפ האט היינט געמאלדן אז אינעם ערשטן טאג פון זיין פרעזידענטשאפט וועט ער ארויפשטעלן א 25% טאריף אויף אלע פראדוקטן וואס ווערן אימפארטירט פון קאנאדע און מעקסיקא, צוליב זייער פארנאכלעסיגקייט צו אינפארסירן די גרעניצן פון וועלכע עס ווערן אריינגעשווערצט שעדליכע דראגס און אומלעגאלע אימיגראנטן, און עס װעט פארבלייבן אין אפעקט ווילאנג עס איז נישט דא קיין באדייטענדע טויש אין די הינזיכט.

אזוי אויך וועט ארויפגעשטעלט ווערן א 10% טאריף אויף אלע פראדוקטן וואס ווערן אימפארטירט פון כינע, צוליב איר טייל אין די פענטענאל פראדוקציע און אויסשפרייטונג, נאך וואס זיי האבן נישט געטוהן גענוג עס אפצושטעלן, נישט נאכקומענדיג זייער צוזאג זיך צו באנעמען דערמיט מיט א שטייפע האנט.

דאס איז אויסער באזונדערע טאריפן וואס די אדמיניסטראציע באטראכט אויף כינע אלס טייל פון אירע אויסערליכע האנדל טאקטיקן.

אידישליך נייעס

25 Nov, 20:42


ספעציעלע קאונסיל דזשעק סמיט האט אריינגעגעבן אין געריכט צו ארויסווארפן אלע קלאגעס קעגן פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ אין די קלאסיפיצירטע דאקומענטן אנקלאגע.

אידישליך נייעס

25 Nov, 18:51


ספעציעלע קאונסיל דזשעק סמיט האט אריינגעגעבן אין געריכט צו ארויסווארפן אלע קלאגעס קעגן פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ אין פארבינדונג מיט די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן רעזולטאטן.

אידישליך נייעס

22 Nov, 00:39


פרעזידענט עלעקט טראמפ האט געמאלדן אז ער נאמינירט געוועזענע פלארידע אטוירני דזשענעראל, פעם באנדי פאר אטוירני דזשענעראל אין זיין קומענדיגע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

21 Nov, 18:00


קאנגרעסמאן מעט געיטס מעלדט אז ער וועט זיך ארויסציען פון דינען אלץ אטוירני דזשענעראל אין די נייע טראמפ אדמיניסטראציע, זאגענדיג אז ער וויל נישט זיין קיין שטער פאר די טראמפ אדמיניסטראציע.

דאס קומט נאך וואס געיטס האט שוין רעזיגנירט פון קאנגרעס.

אידישליך נייעס

21 Nov, 14:32


די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אין די האג האט ארויסגעגעבן אן ארעסט ווארענט פאר מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און געוועזענע פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט צוליב אנגעבליכע קריגס פארברעכן און פארברעכן אקעגן די מענטשהייט.

אידישליך נייעס

16 Nov, 23:51


פרעזידענט עלעקט טראמפ האט געמאלדן אז ער נאמינירט דעם גאווערנער פון נארט דעקאטע דאג בורגאם צו דינען אלס אינערן סעקרעטאר אין די פרישע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

16 Nov, 23:50


פרעזידענט עלעקט טראמפ האט געמאלדן אז ער נאמינירט קעראליין לעוויט, זיין קאמפיין ווארטזאגערין, אלס פּרעסע סעקרעטערי אין די פרישע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

14 Nov, 21:52


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ האט נאמינירט ראבערט פ. קענעדי צו דינען אלס סעקרעטערי אוו העלט ענד היומען סערוויסעס (HHS) אין זיין פרישע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

14 Nov, 04:37


קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן מעלדט אז פלארידע קאנגרעסמאן מעט געיטס האט רעזיגנירט פון קאנגרעס נאכן ווערן נאמינירט דורך פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ צו דינען אלס אטורני דזשענעראל.

אידישליך נייעס

13 Nov, 20:32


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ מעלדט אז ער נאמינירט רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעט געיטס צו דינען אלס אטורני דזשענעראל.

אידישליך נייעס

13 Nov, 20:30


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ מעלדט אז ער שטעלט געוועזענע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי און פרעזידענטליכע קאנדידאט, טולסי געבערד, אלס דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעלעדזשינס (DNI) אין זיין פרישע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

13 Nov, 20:29


פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער נאמינירט פלארידע סענאטאר מארקא רוביא צו דינען אלס סעקרעטערי אוו סטעיט אין זיין אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

12 Nov, 18:55


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ מעלדט אז ער נאמינירט פלארידע קאנגרעסמאן מייק וואלץ פאר נאציאנאלע סעקיוריטי אדווייזער, און געוועזענער גאווערנער פון ארקענסא, מייק האקעבי, פאר אמבאסאדאר צו מדינת ישראל, אין זיין פרישע אדמיניסטראציע.

אידישליך נייעס

12 Nov, 07:48


די אריזאנע סענאט פארמעסט איז אפיציעל גערופן געווארן פארן דעמאקראטישן קאנדידאט רובען גאיעגא, וועלכער האט באזיגט רעפובליקאנע קערי לעיק.

מיט דעם איז די סענאט פארמעסט אפיציעל פארטיג, אין וועלכע די רעפובליקאנער האבן ענדגילטיג באוויזן צו איבערדרייען 4 זיצן און באקומען א מאיאריטעט פון 53, קעגן 45 דעמאקראטן אינאיינעם מיט נאך 2 אינדעפענדענט סענאטארן וועלכע קאוקעסן מיט די דעמאקראטן וואס ברענגט ארויף זייער פראקטישע ציפער צו 47.

אידישליך נייעס

12 Nov, 00:27


נאך וואס דיסיזשען דעסק האט דערקלערט נאך א רייע קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן, זענען די רעפובליקאנער אנגעקומען צו 218 זיצן און דערקלערט געווארן די געווינער פון קאנגרעס.

די אפיציעלע AP און אנדערע מעינסטריעם אגענטורן ציילונג שטייט ביי 214 זיצן פאר די רעפובליקאנער און 204 פאר די דעמאקראטן.

אידישליך נייעס

11 Nov, 22:15


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ מעלדט אז געוועזענער קאנגרעסמאן און ניו יארקער גאווערנער קאנדידאט לי זעלדין וועט דינען אין זיין אדמיניסטראציע אלס דער ענווייראמענטל פראטעקשן אגענטור (EPA) אדמיניסטראטור.

אידישליך נייעס

11 Nov, 19:06


קאנגרעספרוי עליסע סטעפאניק האט אנגענומען די ראלע צו דינען אלס UN אמבאסאדאר פאר די פאראייניגטע שטאטן אונטער די נייע טראמפ אדמיניסטראציע.

סטעפאניק, וועלכע איז שטארק פרא מדינת ישראל, איז ברייט באקאנט מיט די פייערדיגע היערינגס וועלכע זי האט אפגעהאלטן אין קאנגרעס, אין וועלכע זי האט אן רחמנות געטאדלט די אקאדעמישע פירער איבער די לויזע האנט צו אנטיסעמיטיזם וועלכע בוזשעוועט אינערהאלב אמעריקאנער קאלעדזשעס, און האט זיך צופלאקערט נאך אקטאבער 7.

אידישליך נייעס

11 Nov, 06:18


אלס די צווייטע קאבינעט מיטגליד אין די נייע טראמפ אדמיניסטראציע, האט פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ געמאלדן אז ער נעמט אויף געוועזענער ICE פירער טאם האמען, אלס דער פרישער 'גרעניץ צאר', וועלכע וועט זיין פאראנטווארטליך אויף די אמעריקאנער גרעניצן.

אידישליך נייעס

10 Nov, 04:13


לענדסלייד טונעל וויזיע:
וואו זענען די דעמאקראטן געגאנגען ראנג?

אידישליך נייעס

10 Nov, 02:37


די AP האט ענדגילטיג גערופן אריזאנע פאר טראמפ, און מיט דעם ארויפגעריקט טראמפ'ס עלעקטארעל זיג צו 312.

מיט דעם האט טראמפ געוואונען אלע 7 סווינג שטאטן, אין א היסטארישע לענדסלייד זיג.

אידישליך נייעס

09 Nov, 23:41


די AP און אנדערע מעינסטריעם נייעס אגענטורן האבן אפיציעל דערקלערט טראמפ געווינער אין נעוואדע.

אנדערש ווי די אנדערע סווינג שטאטן, איז נעוואדע די איינציגסטע שטאט וואס טראמפ האט נישט געוואונען אין 2016, און עס יעצט באוויזן צו איבערדרייען.

די נייעס אגענטורן האבן געווארט ביז איצט דאס צו אפיציעל רופן פאר טראמפ, צוליב וואס אין נעוואדע איז לעגאל צו ציילן בעלאטן וואס קומען אן ביז נאוועמבער 9, אויב עס איז פאסטמארקד ביז עלעקשן דעי.

אידישליך נייעס

08 Nov, 01:37


שלעגערייען האבן אויסגעבראכן אין די גאסן פון אמסטערדאם, האלאנד, נאך וואס אראבער האבן אנגעהויבן אטאקירן מדינת ישראל בירגער אויף די ארטיגע גאסן.

צעמישטע באריכטן קומען דערווייל ארויס פון דארט, און מדינת ישראל אויטאריטעטן זענען אין פארבינדונג מיט לאקאלע אויטאריטעטן, וועלכע האבן שוין דורכגעפירט צענדליגער ארעסטן אויף צעיושעטע אראבער.

אידישליך נייעס

07 Nov, 22:49


פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ האט אויסגעקליבן סוזי וויילס אלס די טשיף אוו סטעף פון זיין קומענדיגע אדמיניסטראציע.

וויילס איז געווען די טראמפ 2024 קאמפיין מענעדזשער, און איז סוקסעספול געשטאנען אונטער די העכסט געלונגענע און דיציפלינירטע קאמפיין וועלכע האט ענדגילטיג געברענגט פאר טראמפ דעם ווייסן הויז מיט אן עלעקטארעל לענדסלייד, די פאפולער וואוט, סענאט און העכסט ווארשיינליך קאנגרעס.

טראמפ ווערט דער ערשטער פרעזידענט אין היסטאריע צו שטעלן א פרוי אלץ טשיף אוו סטעף.

אידישליך נייעס

07 Nov, 21:27


רעפובליקאנער דעיוו מעקארמיק האט געוואונען די פענסילוועניע סענאט פארמעסט און באוויזן צו איבערנעמען די זיץ פון דער מאכטפולער אמטירנדע דעמאקראטישער סענאטאר באב קעיסי, וועלכער האט אנגעהאלטן דעם זיץ זינט 2007.

מיט דעם האבן רעפובליקאנער געהעכערט זייער אויבערהאנט צו 53 זיצן אינעם סענאט.

אידישליך נייעס

07 Nov, 20:37


פארבליבענע סווינג שטאטן אפדעיט:

אין די צייט וואס דיסיזשען דעסק האט שוין גערופן סיי נעוואדע און סיי אריזאנע פאר טראמפ, און מיט דעם ארויפגעריקט זיין עלעקטארעל געווינס צו 312, האבן די AP און אנדערע מעינסטריעם נייעס אגענטורן נאך נישט גערופן די פארמעסטן, צוליב די מעיל אין און אנדערע בעלאטן וואס דארף נאך געציילט ווערן.

אידישליך נייעס

07 Nov, 20:31


אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דעספאסיטא פון די ניו יארקע 4'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט פארלוירן זיין זיץ צו דעמאקראטישע לאורע גילען.

טראץ דעם וואס דאס איז די דריטע זיץ וואס די דעמאקראטן האבן באוויזן צו פליפן אין ניו יארק, זענען רעפובליקאנער ערווארטעט צו אנהאלטן זייער מאיאריטעט אין קאנגרעס, און מעגליך א טראפ אויסברייטערן זייער אויבערהאנט.

אידישליך נייעס

07 Nov, 02:25


לאנגיעריגער חרדי'שער עסקן און פאליטיקאנט ר' אהרן בנציון ווידער האט געוואונען די סטעיט אסעמבלי זיץ פאר די 97'טע דיסטריקט, וועלכע נעמט אריין די היימישע מאנסי אומגעגענט.

ווידער האט באזיגט אמטירענדער רעפובליקאנער דזשאן מעקגאוען, וועלכער האט איבערגענומען די זיץ פון קאנגרעסמאן לאולער אין 2022 ווען לאולער האט עס אויפגעגעבן צו לויפן פאר קאנגרעס.

אידישליך נייעס

01 Nov, 18:17


וואשינגטאן פאוסט קאלומניסט שטורעמט אראפ פון א וואשינגטאן פאוסט לייוו נאך אן ארגומענט מיט לינקע קאלומניסטן איבער פאקטישע באריכטן.

אידישליך נייעס

01 Nov, 17:41


אין די לעצטע דזשאב באריכט בעפאר די וואלן, איז צוגעקומען בלויז 12,000 דזשאבס אין אקטאבער, א גאר אנטוישענדע באריכט, אסאך ווייניגער ווי פארגעשאצט.

אידישליך נייעס

30 Oct, 22:40


געוועזענער פרעזידענט טראמפ רעדט צו די פרעסע פון א גארביטש טראק אין וויסקאנסין, נאך וואס פרעזידענט ביידען האט אנגערופן טראמפ שטיצער "גארביטש".

אידישליך נייעס

30 Oct, 15:57


געוועזענער פרעזידענט טראמפ ביי א ראלי רעאגירט צו די ביידען גארביטש קאמענטאר און גלייכט עס צו צו הילערי קלינטאנ'ס קאמענטאר איבער טראמפ שטיצער גלייך פאר די 16' וואלן.

אידישליך נייעס

30 Oct, 15:54


א שטורעם איז אנטשטאנען נעכטן נאך וואס פרעזידענט ביידען האט זיך אויסגעדרוקט און געזאגט אז "די איינציגסטע גארביטש וואס ער זעהט זענען [טראמפ'ס] שטיצער".

די קאמענטאר איז געקומען באזירט אויף א וויץ וואס א קאמעדיאנט האט געמאכט אויפן חשבון פון פארטא ריקא, ביי די מאסיווע טראמפ ראלי אין מעדיסאן סקווער גארדן.

די ווייסע הויז האט פרובירט צו צוריקדרייען און געזאגט אז דער פרעזידענט האט זיך באצויגן צו די רעטאריק און דרשות, אבער די תירוץ האט שוואך אויסגענומען אפילו ביי די מעינסטריעם מידיע.

וויצע פרעזידענט העריס האט זיך פרובירט צו אפשאקלען פון די קאמענטאר און געזאגט אז זי איז נישט איינשטימיג מיטן קריטיקירן מענטשן באזירט אויף וועם זיי שטימען.

טראמפ און די טראמפ קאמפיין און אזוי אויך פילע רעפובליקאנער זענען שארף ארויסגעקומען פארדאמען און אראפרייסן דאס אנרופן האלב אמעריקע גארביטש, און נוצן דאס גוט אויס, שטייענדיג ווייניגער ווי א וואך צו די פרעזידענטליכע וואלן.

אידישליך נייעס

26 Oct, 23:56


די מדינת ישראל עיר פארס איז אריינגעפלויגן אין איראן דעם פרייטאג צונאכטס און אטאקירט העכער 40 מיליטערישע צילן. די אטאקעס זענען פארגעקומען אין 3 פאזעס, און האבן זיך געצויגן פון ארום 2:30 ביז 6:00 פארטאגס.

איראנער לופט דעפענס הויפטקווארטירן זענען אטאקירט געווארן אין די געגענט ארום טעהראן, אילאם און קוזעסטאן. די נוקלעארע איינריכטונגען זענען נישט אטאקירט געווארן.

דאס איז די גרעסטע אטאקע אויף די איראנער באדן זינט די איראק-איראן מלחמה אין 1980. לויט איראנער מידיע זענען 4 סאלדאטן אומגעקומען אין רעזולטאט פון די אטאקעס.

צה"ל ווארטזאגער דניאל הגרי זאגט אז מיט דעם האבן זיי אפגעענטפערט די איראנער אטאקע מיט אפאר וואכן צוריק, און ווארענט איראן נישט אנצוהייבן א פרישע רונדע פון עסקעלאציעס. איראן האט געווארענט אז מדינת ישראל זאל ערווארטן א רעאקציע, זאגענדיג אז זיי האבן די רעכט פון סעלף-דעפענס.

קאטאר, סאודי אראביע, ירדן, באכרעין, און לבנון האבן פארדאמט די אטאקעס.

אידישליך נייעס

20 Oct, 18:54


געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אפגעשטאט א באזוך אין א מעקדאנעלד'ס עסן געשעפט אין פענסילוועניע, און זיך צוגעשטעלט צום פענדל און דערנאך פארטיילט די עסנווארג.

אידישליך נייעס

20 Oct, 01:53


ווידעא פון א דראון וועלכע איז געגאנגען אויסשפירן געביידעס אין רפיח. סינוואר ווערט געזעהן ווארפן א שטעקן פרובירנדיג צו אומווארפן דעם דראון.

נאך וואס די דראון האט באשטעטיגט אז כאמאס קעמפער געפונען זיך אינעם געביידע, האבן צה"ל קרעפטן אטאקירט דעם געביידע און נאך א שלאכט האבן זיי באוויזן אומצוברענגען אלע אינעם געביידע.

הערשט נאכן אונטערזוכן די קערפער האט מען באשטעטיגט אז מען האט אומגעברענגט דעם מייסטער טעראריסט.

אידישליך נייעס

20 Oct, 00:00


פרעמיער מיניסטער נתניהו מיט א סטעיטמענט איבער די עלימינירונג פון סינוואר. צווישן אנדערע ווענדט ער זיך צו בירגער אין עזה זאגנדיג אז ווער עס וועט צוריקגעבן משכונות וועט באקומען אין אויסטויש אן ארויספאר וויזע פון עזה.

אידישליך נייעס

19 Oct, 23:53


יחיא סינוואר, דער גרויזאמער פירער פון חאמאס, און ארכיטעקט פון די ברוטאלע אקטאבער 7 שחיטה, איז אומגעברענגט געווארן דורך מדינת ישראל זעלנער און זיין קערפער איז אפגעפירט געווארן קיין מדינת ישראל.

דורכאויס ערד שלאכטן אין רפיח, האבן איזראעלי קעמפפער זיך אנגעטראפן אין סינוואר, וועלכע איז נישט געווען ארומגענומען מיט משכונות ווי געמיינט, און נאך א לענגערע קאמף האבן זיי באוויזן צו עלימינירן דער מערסט געזוכטער טעראריסט דורך די איזראעלי רעגירונג.

אידישליך נייעס

14 Oct, 00:59


א חיזבאלא דראון וועלכע האט באוויזן צו אויסמיידן מדינת ישראל פארטיידיגונגס סיסטעמען, האט אטאקירט א לאנטש רום אין א מיליטערישע באזע אין בנימינה, פון וועלכע 4 זענען אומגעקומען און נאך 61 זענען פארוואונדעט געווארן, 7 פון זיי קריטיש.

לויט באריכטן האט חיזבאלא געשאסן 2 דראונס, איינס איז אראפגעשאסן געווארן, די צווייטע, וועלכע איז נישט אויפגעכאפט געווארן אויף די ראדארן, האט אראפגעלאזט א ראקעט אויף די לאנטש רום, און דערנאך האט די דראון זעלבסט אויפגעריסן.

אידישליך נייעס

13 Oct, 20:35


א מעגליכע אטענטאט פארזוך איז פארמיטן געווארן ווען א מאן מיט א פאלשע VIP און פרעסע אידענטיפיקאציע קארטל מיט עטליכע אומלעגאלע ביקסן איז פארהאלטן געווארן פארן אריינגיין צו א טראמפ ראלי נעכטן אין קאליפארניע, מאמענטן איידער טראמפ איז ארויפגעקומען אויפן סטעידזש.

אידישליך נייעס

13 Oct, 17:16


אמעריקע האט געמאלדן אז זיי וועלן אריבערפירן א פארגעשריטענע THAAD מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם קיין מדינת ישראל וואס וועט ארבעטן אינאיינעם מיט די עקזיסטירנדע מדינת ישראל סיסטעמען צו באשיצן פון באליסטישע מיסיל אטאקעס.

די אמעריקאנער ארמיי האט אין דינסט בלויז 7 פון די פארגעשריטענע און גאר עפעקטיווע סיסטעמען.

אידישליך נייעס

09 Oct, 02:14


וויצע פרעזידענט העריס האט מיאוס אטאקירט און באשולדיגט פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס אין שפילן פאליטיק פאר'ן אנגעבליך איגנארירן אירע פרואוון צו רעדן מיט איהם אין ליכט פון האריקעין העיליען וואס האט באטראפן די סטעיט און איבער האריקעין מילטאן וואס איז ערווארטעט צו דירעקט באטרעפן טעמפא, פלארידע.

דיסענטיס האט שארף רעאגירט, און זאגט אז העריס האט איהם קיינמאל נישט גערופן, נישט ביי די יעצטיגע שטורעמעס און נישט ביי פארגאנגענע, און אז ער האט נישט צייט צו שפילן אירע פאליטישע געימס.

פרעזידענט ביידען אין א ענטפער צו א רעפארטער'ס אנפראגע האט גאר שטארק אויסגעלויבט גאווערנער דיסענטיס איבער זיין אויסערגעווענליכע גוטע ארבעט און קאאפעראציע מיט די פעדעראלע אויטאריטעטן אנבאלאנגט די האריקעינס. דער פרעזידענט האט באשטעטיגט אז ער האט שוין גערעדט מיט דיסענטיס עטליכע מאל אין די לעצטע טעג, און איהם געגעבן זיין פריוואטע נומער זיך צו פארבינדן ווען נויטיג.