טעגליכע נייעס + @tagliche_news Channel on Telegram

טעגליכע נייעס +

@tagliche_news


אן אפדעיטעד נייעס טשענעל מיט א אייגנארטיגע שניט.

דעקט אלע נייעס און קרישקעלעך מיט א אריגענעלן בליק, קורץ און צום פינטל. און צומאל א זאפטיג שטיקל אנאליז אויך.

טשעקט'ס עס אויס און האט'ס הנאה!

🔗
@tagliche_news

Contact admin @TN_S_admin_bot

טעגליכע נייעס + (Yiddish)

טעגליכע נייעס + איז אן אפדעיטעד נייעס טשענעל מיט א אייגנארטיגע שניט. אויף דער קאנאל קען מען דעקטן אלע נייעס און קרישקעלעך מיט א אריגענעלן בליק, קורץ און צום פינטל. און אויבערדיס אז אם איר ערט נישט דעם שניט אז האט דער שטערנער אויך א זאפטיג שטיקל אנאליז פאר אייך. טשעקט'ס עס אויס און האט'ס הנאה! בלעטער דעם קאנאל און באלאנגן זיך אויף וואקסן אייערע טעגליכע נייעס. איר קונטאקטירט אדמין @TN_S_admin_bot פאר מער אינפארמאציע אדער ויסונגן.

טעגליכע נייעס +

05 Jan, 01:25


נאך אלעם און די שפעקולאציעס צו ער וועט עס מאכן, האט ער עס געמאכט.

מייק דשאנסאן באקומט די ספיקער האמערל פון האקים דשעפריס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Jan, 01:22


היינט האט זיך געגאסן פרעזידענטליכע מעדאלן אף פרידאם'ס ביי א ווייסע הויז צערעמאניע.

ביידן האט געטיילט פאר 19 העלדן פון אמעריקע.


פון הילערי קלינטאן ביז אקטיארן ווי דאנזעל וואשינגטאן און מר מייקל פאקס.

פון ווייכע פראקוראר צאר דשארדזש סאראס ביז סאקער שפילער לייענאל מעסי.

פון קעכער האזעי אנדרי וועלכע פאטאגראפירט זיך מיט די טראמפ גאלף אטענטאט פראווער, ביז דשין גודאל א טשימפאנזי פארשער.

וכו'..

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Jan, 23:56


האלאל שחיטה.

'אינדשוי יאור מיעל'..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

02 Jan, 19:47


לויט באריכטן גייט אסאד'ס וואקאציע אין מאסקווע נישט ווי געפלאנט.

די וואך זונטאג האט ער זיך שטארק נישט גוט געפילט אבער די מצב פונעם רעבין האט זיך סטאביליזירט.

עס איז דא פארדאכטן אז ער איז פארסמט געווארן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

02 Jan, 19:37


א ריכטער אין בראוערד קאונטי פלארידע האט זיך אנגעטוהן א VR צו בעסער קענען פארשטיין די סיצעוואציע פון א אנגעקלאגטער וועלכע האט גע'טענה'ט סעלפ דיפענס.

יענער איז אנגעקלאגט געווארן פאר סטראשן אנדערע מיט א ביקס, יענער א זאל מענידשער וועלכע איז געווארן ארומגענומען דורך אויפגעברויזטע שושבינן זאגט אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה.

א ארטיסט האט אויסגעשטעלט די סיצעוואציע באזירט אויף בילדער אין ווידיאו פון די חתונה.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

02 Jan, 19:15


דער פארשוין וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף די טראמפ האטעל אויפרייס איז מעטיו לייוולסבערגער 38 פון קאלעראדא ספרינגס.

ער האט געדינט אין די גרין בארעי'ס אלץ אנאליסט פאר די לעצטע 18 יאר, ער איז געווען סטאנציאנירט אין דייטשלאנד און איז יעצט געווען אויף אורלויב.

ער האט אנגעפילט די קאר מיט פייערוואורקס און גאזאלין און געהאט א אויפרייס טריגער.

זיינע מאטיוון, איין בילד פון אים איז מיט א 'סלאווא יוקרעין' העמד, און אויף זיין ווייב'ס סאציאל מעדיע איז דא גאר אסאך טראמפ האסע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

02 Jan, 03:15


פאליציי זאגן אז די פאקט אז עס איז געווען א סייבער טראק האט פארמינערט די שאדנס.

מערסטנס פון די אויפרייס איז ארויסגעקומען פון די פענסטערס און דאך, און נישט צופיצלט די קאר וועלכע איז געמאכט פון דיקערע שטאל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 22:35


אט זעהט איר ווי די אויפרייס ביי די טראמפ האטעל איז געווען אונטערגעשטעלט און בייזוויליג.

אויך באשטעטיגן באמטע אז ביידע קאר'ן אין די צוויי טעראר אינצידענטן זענען ארויסגענומען געווארן דורך א אן-ליין רענטינג אפליקאציע טורא.

דאס פארבינדט ווארשיינליך די צוויי.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 20:41


היינט אינדערפרי האט א סייבער טראק אויפגעריסן פארנט פון די טראמפ האטעל אין לאס וועגאס אומברענגנדיג 1 און פארווונדעט 7.

אילעקטראנישע קאר'ן רייסן פון מאל צו מאל אויף אבער נישט מיט אזא מאכט, נאר עס איז ענדערש א פייער.

לויט ווי עס קוקט אויס איז עס א שארפער מעסידש קעגן צוויי פארשוינען וועלכע דאמינירן אמעריקאנער פאליטיק אין די איצטיגע צייט.

פאליציי פארשן טאקע צו ס'איז א טעראר אינצידענט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 20:05


שאמסון-דין-דשאבאר 42 איז באשטעטיגט געווארן צו זיין די טעראריסט אין די אייסיס אטאקע אין ניו ארלינס.

ער איז א טעקסאס געבוירענער און לויט באריכטן געדינט אין די מיליטער אין די פארגאנגענהייט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 16:23


נעכטן נאכט ביי א נייע יאר פייערונג אין ניו ארלינס לואיזיאנא איז איינער אריינגעפארן אינעם ציבור און ארויסגעקומען און געעפנעט פייער.

ער איז אומגעברענגט געווארן דורך די פאליציי.

10 זענען אומגעקומען און 30 זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל.

די מעיאר פון שטאט זאגט אז ס'איז געווען א טעראר אינצידענט אבער די FBI האט פראבירט אוועקצומאכן די מעגליכקייט.

א שווארצע פאן אויף זיין טרעקל וועלכע איז געווען צוזאמגעוויקלט ברענגט ארויף שפעקולאציעס צו ס'איז גאר א אייסיס פאן.

די באמבע סקוואד האט אויפגעריסן עקספלאסיוון וועלכע זענען געווען אין די קאר.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 06:18


די עמי מאגאזין ווייסע הויז קא-ריספאנדאנט פאזיציע װעט אריבערגיין פון יעקב טערקלטויב הנקרא טורקס, צו די באקאנטע שריפט שטעלער און טרעוולער שלומי זיאנס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Jan, 00:27


ס'איז 2025 , סא עקסייטינג..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Dec, 15:56


ס'איז באלד שוין 2025 אבער די ביק פענעס זענען נאכאלץ דא און די זעלבע.

און נאך מער, די 2025 בחורים גיבן עס נאך ווען זיי ווערן חתנים...


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Dec, 15:55


גנבים אין נארט יארק קאנאדע האבן גענוצט א טראקטאר צו אפיאגן מיט א ATM מאשין.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Dec, 19:03


פארד איז געווארן געהעקט אדער האט זיך א ארבייטער צעווילדעוועט.

ס'איז שוין פארמעקט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Dec, 18:54


א גרופע פון בערך 100 טעראריסטן האבן זיך נעכטן נאכט פראבירט ארויסצוכאפן פון דשבליא, אבער די מד'י מיליטער האט זיי אנגעגריפן און אילימענירט.

דאס קומט נאך א גרויסע אבלאווע אויף די קאמאל-אדוואן שפיטאל וואו די מיליטער האט ארעסטירט איבער 240.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Dec, 01:40


לויט די וואל סטריט זשורנאל איז קארטער געווען א קנאפע 30 יאר אלט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

29 Dec, 21:23


געוועזענע פרעזידענט דשימי קארטער איז געשטארבן ביי די 100.

קארטער האט געדינט ציווישן 77 און 81 למספרם.

ער האט פארפיגט איבער די שלום אפמאך ציווישן מד'י און עגיפטן, א שווערע אויל עמבארגא פון די גאלף לענדער און די משכונות קריזיס פון די אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראן ביי די גרינדונג פון די רעוואלוציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Dec, 21:14


איינער פון די גרויסע פאלעסי טוישונגען וועלכע ביידן האט געפילט פאר וויכטיג צוריקצודרייען פון די טראמפ אדמיניסטראציע איז געווען די קאוק קנעפל.

לויט באריכטן איז דאס געווארן ארויפגעשטעלט גאר הויך אויף די פריאריטעט ליסטע פאר די נייע אדמיניסטראציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Dec, 21:07


וויצע־פרעזידענט העריס ווינטשט א פרייליכע 'קוואנזא' מיט א מנורה און פאמקינס צו די זייט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Dec, 20:18


די NYT באריכטעט פון א אנאנימע קוואל אז נאך די 10/7 אטאקע אויף מד'י האבן זיי געטוישט די פאליסי פאר ציווילע פאטאליטעטן פער טעראריסט ערלויבט.

א מיטלראנקיגע כאמאס מיטגליד האט בעפאר געקענט מיטשלעפן 5-7 ציווילע פאטאליטעטן, אבער אין יענע צייט האט מען געהויבן די פאלעסי צו 20.

ביז 1/10 איז א טיפישע אומאפיציעלע פאלעסי דורך מערב וועלט לענדער אין די מיטל מזרח.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Dec, 19:52


א אונטערוואסער קעבל ציווישן פינלאנד און אסטאניע וועלכע פירט אריבער אינפארמאציע איז אפגעהאקט געווארן ווען א כינעזער שיף איז עס איבערגעפארן.

דאס איז נישט דאס ערשטע מאל אזא זאך געשעהט אין די לעצטע שטיק צייט, א צייט צוריק זענען אויספארשער צוגעקומען אז א אנדערע אזא שיף האט געלאזט די אנקער זיך שלעפן אויף די ערד, די שיף מאנטשאפט האט געטענהט אז ס'איז געווען א טעות.

דאס באשטעטיגט מער אז עס איז ווארשיינליך אקטן פון סאבאטאזש.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Dec, 19:42


די רפאל פירמע וועלכע פראדוצירט די איירן דאום סיסטעם.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Dec, 19:19


די אידישע אוקריינער פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי צינדט די ערשטע ליכטל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Dec, 16:04


א ארזשאביזשאן אירליין פליגער האט געקראכט אין קאזאקהסטאן עטליכע זעכציג זענען געווען דערויף, האלב האבן איבערגעלעבט און האלב נישט.

עס איז פארגעקומען א אימערדשעסי אינצידענט אויף די פליגער וועלכע האט איר געצווינגען צו מאכן א לאנדונג, אבער עס האט געמאכט גאר א שווערע קראך לאנדונג וועלכע האט געברענגט אז די גאנצע פליגער זאל אויף פלאמען.

ניין און דאס מאל איז עס נישט געווען באואינג, נאר 'עמבראער' א בראזיליאנער פליגער קאמפאניע.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Dec, 17:27


די טימסטערס יוניאן פירער שאון או'ברייען גיבט ארויס סודות פון חדר.

ער זאגט אז ווען איינער פון זייערע פירער איז זיך געגאנגען טרעפן מי די העריס טיעם, איז זי צוגעקומען צו אים און געפאכעט מיט די פינגער, דו ביסט פון די טימסטערס? דו זאלסט בעסער זיין מיט אונז.

שפעטער האבן זיי געהאט עקסטערע מיטינגן מיט ביידע קאנדידאטן און פארגעלייגט זייערע 16 שאלות, טראמפ האט געענטפערט אלע, און ביי העריס נאך די דריטע האט אים איינער אונרעגערוקט א צעטל ''דאס איז די לעצטע פראגע''.

ביים ארויסגיין האט זי זיך אנגערופן, מיר וועלן געווינען מיט אדער מיט אן ענק.


נישט נאר די 'joy' איז געווען אויף הויכע שטאפלן נאר די קאנפידענץ און אראגאנץ אויך..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Dec, 16:34


לויט באריכטן האט כאמאס איבערגעגעבן באווייזן פון לעבן פון טייל פון די משכונות, אין די יעצטיגע משכונות פארהאנדלונגען.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Dec, 01:16


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Dec, 00:51


א קארגא שיף אין טערקיי, כאפט א שלעכטע בייג.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Dec, 21:59


פילע פון די טעק לייט אויף טראמפ'ס טיעם ווילן אז טעכנעלאגיע פירמעס וועלכע זענען פירער אין די אינדוסטריע זאלן אנהייבן ארבייטן מיט די פענטאגאן אויף מיליטערישע פראגראמען.

ענדערש ווי די לאנגיעריגע באמבע מאטאר און שטאל עקספערטן אין רעיטיאן און אנדערע זאלן עי איי גרינדער זיין פארמישט.

דאס וועט אדרעסירן זארגן אז כינע 'אינטעגרירט' AI שנעלער אין די מיליטער.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Dec, 20:46


לויט באריכטן זענען מער און מער אין די מד'י מיליטערישע רייען ביי די מיינונג אז יעצט איז די פאסיגסטע צייט צו צילן איראנס נוקלעארע פראגראם.

עס איז שוין זיכער ביים לעצטן שטאפל און מעגליך שוין ווייטער, צייט צו ווארטן איז שוין נישטא.

איראן האט שוין נישט קיין פראקסי וועלכע קען מאכן גרויס קאפוויי פאר מד'י אין פאל זיי גייען גרויס.

זיי זענען אין א שווערע עקאנאמישע און מיליטערישע נידערלאגע, און זענען נישט אויסטערליש פאפולער ביי זייערע בירגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Dec, 18:21


ביידן באגנאדיגט אלע מערדער.

ביידן האט געמאלדן אז ער גיבט קלעמענסי פאר 38 מערדער וועלכע זענען אויסגעשטאנען פעדעראלע טויט אורטיילן.

דאס איז טעכניש אלע מערדער מיט פעדעראלע טויט אורטיילן אויסער די עץ חיים מאסן שיסער, א קירכע מאסן שיסער, און די באסטאן מאראטאן באמבארדירער.

מערסטנס מערדער באקומען נישט קיין טויט שטראָף נאך די וועלכע שטעלן זיך אויס אלץ גאר הארבע מערדער, ווי ערמארדן קינדער אדער פאליציי לייט.

טראץ וואס א פאליציאנטס לעבן איז נישט מער ווערט ווי א צווייטנס, אונטערמינעוועט עס אבער יא מער די הערשאפט פון געזעץ.

ביידן ברענגט ארויס אין זיין סטעיטמענט אז ער איז פארפליכטעט צו שטיין קעגן טויט אורטיילן.

די פראבלעם איז אבער אז פרעזידענטליכע קלעמענסיס זענען קלאר נישט געמאכט צו טוישן קיין פאלעסי אנשטאט זיך געהעריג דארפן רעכענען מיט קאנגרעס, אזויווי העמילטאן ברענגט ארויס אין די פעדראלעסטישע פאפירן איז עס געמאכט ''צו צוריקהאלטן און אויסגעהאלטענע הארבע שטראפן 'אין פעלער' ווי יוסטיץ איז נישט געווארן גוט אויסגעפירט'.

דער אלטער ביידן וועלכע לויט די לעצטיגע WSJ באריכט איז זיין מוח לעצטנס שארף געווען בלויז 5 יאר צוריק, און מ'האט אים צוריקגעהאלטן פאר יארן שוין אפילו מיט מיטינגען מיט הויפט קאנגרעסיאנלע פירער, לעבט אין די אמאל ווען טויט אורטיילן זענען געווען קאנטראווערסיאל.

15 יאר צוריק ווען אמעריקע איז געווען מער פארזיכערט האבן מענטשן געהאט פראבלעמען מיט 'קאפיטאל פאנישמענט' אבער היינט אז דו פארלאנגט נאך א שטאפל פון באווייזן קענסטו באקומען א איבערוויגענדע מערהייט עס צו שטיצן, מיר זענען שוין נישט די באקוועמע פריצים, מיר ווילן שוין זעהן די קרימינאלן אין תפיסה, און אומלעגאלע מענטשן ברענער הינגעריכטעט אדער ארגינעל דעפארטירט.

(אלע וועלן בלייבן אין טורמע, מ'רעדט בלויז פון די טויט אורטייל.)

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Dec, 18:02


דער קאוויד 'צער' פאוטשי'ס 15 מיליאן דאלאר סעקיוריטי האט זיך ענדליך געענדיקט.

ער האט געהאט 6 מארשלס ארום זיין הויז 24 שעה א טאג .

*נייע סטייל, יעדער איז א רוסישע אבראמאוו צער.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Dec, 22:40


דער אסאד מאכט זיך מיט שלום בית.


לויט באריכטן האט זיין ווייב אריינגעגעבן גט פאפירן אין מאסקווע, און אלץ ענגלישער בירגער וויל זי אפיאגן אהין אינאיינעם מיט די קינדער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Dec, 22:05


א כינעזער סאטילייט איז געגאנגען קראכן און געזען געווארן איבער מיסיסיפי.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Nov, 21:40


פרעזידענט ביידן און מד'י פרעמיער מיניסטער האבן ביידע אפיציעל געמאלדן א 60 טעג פייער אפשטעל ציווישן מד'י און כיזבאלא.

אין די לעצטע כמעט צוויי מאנאטן זענען 2000 כיזבאלא קעמפער און 48 מד'י זעלנער אומגעקומען אין די מלחמה.

לבנון שיקט אריין 5 טויזנט זעלנער אין די דרום לבנון געגנט צו איבערנעמען קאנטראל פון כיזבאלא.

אויב דאס וועט טאקע אנהאלטן אויף פערמינאנט וועט דאס זיין די איינציגסטע אויסערן פאלעסי געווינס פון ארויסגייענדע פרעזידענט ביידן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Nov, 20:00


טראמפ סטראשעט צו לייגן א 20% טאריף אויף מעקסיקא און קאנאדע אויב זיי לייגן נישט אריין מער ארבייט צו פארזיכערן זייערע גרעניצן.

דאס קומט אויס צו 28% פון אינפארטן קיין אמעריקע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Nov, 16:19


די באקאנטע אדוואקאט אלען דערשאוויץ זאגט אז ער וועט צוזאמענשטעלן די בעסטע לעגאלע קעפ צו אפשלאגן די ארעסט באפעל פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אויף נתניהו.

געוועזענע גאווענער קאומא וועלכע איז נישט באקאנט פאר זיין לעגאלע קארפ פיש קאפ זאגט נעכטן ביי א אידישע צוזאמקום אז ער האט זיך אויך צוגעשטעלט צום טיעם.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Nov, 22:38


אויף די פארלאנגט פון דשעק סמיט און די יוסטיץ דעפארטמענט, האט די DC פעדעראלע געריכט דיסמיסד די קלאגעס קעגן טראמפ איבער קלאסיפיצירטע דאקומענטן און די קאפיטאל אומרוען.

דאס איז געקומען צוליב די יוסטיץ דעפארטמענט פאלעסי פון איבערלאזן די אנקלאגעריי פון אנטירענדע פרעזיטענטן פאר קאנגרעס ענדערש ווי די יוסטיץ דעפארטמענט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Nov, 17:48


מאנכע קריטיקירן טראמפ אויף זיין סורדשען דשענאראל אויסקלויב מרת נאשייווט.

אין די קאוויד עפאכע איז זי געווען פארנומען שטופן מאסקעס פאר קליינע קינדער אויף פאקס און איז אויך געווען גאר פרא וואקסינען.

אויך האט זי אויסגעלויבט פעיסבוק פארן אראפנעמען און פארבאטן קאמענטארן וועלכע האבן געהאט פראגן אויף די קאוויד רעזשים, און געזאגט אז זי האפט אז אנדערע וועלן נאכפאלגן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Nov, 17:40


די עמיראטן האבן ארויסגעלייגט אז זיי האבן געכאפט די דריי מערדער פון אוזבעקיסטאן וועלכע האבן פארכאפט די ארטיגע רב הי'ד.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

25 Nov, 17:38


מארגן אינדערפרי איז ערווארטעט אז די מד'י כנסת וועט שטימען איבער א פארגעלייגטע פייער אפשטעל אין לבנון.

די פארשלאג איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך אמעריקע און כיזבאלא און לבנון זאגן אז זיי זענען גרייט.

לויט באריכטן איז די אפמאך ווי פאלגנד.

מד'י מופט ארויס פון לבנון.

כיזבאלא מופט קיין צפון.

די לבנון מיליטער מופט קיין דרום און צושטערט די כיזבאלא אינפעסטראקטור.

אמעריקע וועט פארזיכערן אז די צוויי זייטן האלטן זיך דערצו.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 21:38


אוטאריטעטן פון די עמיראטן האבן געמאלדן אז זיי האבן געכאפט די מערדער וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די שרעקליכע אומקום פון די ארטיגע שליח חבד.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 21:34


א רוסישע אירליין פליגער האט געכאפט פייער ביים לאנדן אין טערקיי.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 16:52


לויט א פעדעראלע אויספארשונג זענען 86% פון די וועלכע פארלאנגן אסיילעם ביים גרעניץ נישט בארעכטיגט דערפאר.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 16:52


347-452-2222

סעיוו די נאמבער אין דיין קאנטעקטס.

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 07:42


בד''ה.

די גוף פון ר'צבי קאגאן איז געפונען געווארן אין די עמיראטן.

מד'י זאגט אז די סעלפאן דאטא פון די מערדער צייגט אז זיי זענען אנטלאפן קיין טערקיי.

ר' צבי איז געווען די געהילף צו די ר לוי דייטשמאן וועלכע איז רב אין דוביי.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 00:46


מיין סטאטוס

א קאנאל פון אייגענארטיגקייט, אנגעפילט מיט שמחה, חיזוק, און פארשטייט זיך פיינע קאנטענט צו שמייכלען.

🔗
@myn_status

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 00:43


טראמפ האט אויסגעקליבן סקאט באסענט אלץ צוקונפטיגער סטעזשערערי סעקרעטאר.


באסענט איז א ביליאנער העדש-פאנד מענידשער און די אייגענטימער פון ''קי סעקווער קעפיטאל ''.

צו די צייט וואס ער האט שוין אנגעפילט אלע קאבינעט פאזיציעס, ציילט נאך קאליפארניע די וואלן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

24 Nov, 00:14


ארגענעזירטע פאלעסטינע רייאטן זענען פארגעקומען אין מאנטריאל קאנאדע צו די צייט וואס א נאטא סאמיט איז פארגעקומען דארט.

רייאטירער האבן געבראכט שויבן און רואינירט סיי וואס ס'איז זיי נאר אונטערקומען, און זיך באנוצט מיט פראפעסיאנעלע אנטיפא סטייל רייאטירער מיטלען ווי שירעמעס זיך צו באשיצן פון די פאליציי, מאסקעס פון די רויעך און שטעקענעס צו שעדיגן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Nov, 23:51


א חבד שליח פון אבו דאבי דוביי ר' צבי קאגאן איז פארשווינדן געווארן דאנערשטאג און ס'איז דא פארדאכטן אז ער איז פארכאפט געווארן.

מד'י זאגט אז זיי פארדעכטיגן איראן.

קאגאן איז א איזרעלי מאלדאווישע בירגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Nov, 20:48


די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט ענטגילטיג ארויסגעלייגט א ארעסט ווארנט קעגן מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו און זיין געוועזענער דעפענס מיניסטער יואב גאלאנט.

פראנקרייך איטאליע און קאנאדע האבן שוין קלאר געמאכט אז זיי וועלן זיך האלטן פארפליכטעט דערצו.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Nov, 20:39


אונזער קאנגרעסמאן מייק לאולער פייערט מיט זיג דאס אז געיטס וועלכע האט אונטערגעברענגט געוועזענע ספיקער מקארטי וועט נישט זיין אטוירני דזשענעראל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Nov, 18:43


די BBC איז באקאנט פארן טרייבן שפאס פון די מענטשהייט און נארמאליזאם.

ענדליך האט זיי איינער געגעבן טועם צו זיין פון זייער געקעכטס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Nov, 18:36


מעט געיטס אנטזאגט זיך פון זיין אטוירני דזשענעראל נאמינאציע נאכן זעהן אז ער האט נישט קיין וועג צו ווערן קאנפירמד ביי די סענאט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Nov, 21:05


אויף א פאדקעסט נעכטן האט ארגענטינע פרעזידענט האוויער מילעי געזאגט אז טראמפ און מאסק האבן זיך שואל עצה געווען מיט אים וויאזוי צו אנפירן מיט זייערע Doge דעפארטמענט וועלכע וועט שניידן רעגירונג ספענדיג.

מילעי איז באקאנט פארן זיין דער זעג מאן וועלכע האט אראפגעשניטן די ביוראקראטיע אין זיין לאנד און איר געברענגט צו א סורפלוס צום ערשטן מאל אין יארן.

מילעי האט אויך ציווישן אנדערע געזאגט אז זיין גלויבונג איז אין די אידישע לערעס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Nov, 17:55


טראמפ האט אויפגענומען האוערד לאטניק אלץ סעקרעטערי אוו קאמערס.

לאטניק איז גאר שטארק פאר טאריפס אויף כינע.

ער איז א טראמפ חבר, און שפילט א הויפט ראלע אין די טראנסישן.

אויך האט ער אויפגענומען דר. אזז צו זיין די אדמיניסטראטור אויף מעדיקעיר און מעדיקעיד, און מרת מקמאון די טאכטער פון זיין לאנגיעריגע חבר שאו שפילער און ביזנעסמאן ווינס מקמאון אלץ עדשעקעישאן סעקרעטאר.

אין זיין פריערדיגע טערמין איז זי געווען SBA אדמיניסטראטור.

איי מ'וועט צומאכן די דעפארטמענט, גוטע קשיא.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

19 Nov, 17:48


באלארינא טאנצער זענען באקאנט פאר זייער קלאסישע געטענץ און גוטע באלאנס.

אבער איין אזא אומגלוקליכע טאנצער מיטן נאמען וולאדימיר שקלאיאראוו האט לעצטנס פארלוירן זיין באלאנס און אראפגעפאלן עטליכע שטאק צו זיין טויט.

פאצופאל וואוינט ער אין מאסקעווע און איז גראדע א פוטין קריטיקירער.

אין אנדערע נייעס פון רוסלאנד האט אוקריינא טאקע געדרוקט די געז נאך די גרינע ליכט פון אמעריקע צו נוצן זייער לאנגשטרעקיגע מיסלס אויף רוסישע טערעטאריע, און א מיליטערישע זאנע אין בריאנסק איז באטראפן געווארן.

רוסלאנד זאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן 6 פון 6 און די שאדנס וואס מ'זעהט איז בלויז פון די ברוכווארג.


פון די רוסישע זייט האט מען געמאכט א שנעלע סאפטוועיר אפדעיט צו די נוקלעארע דאקטורין, וואס מאכט אז די לאנד זאל זיך מעגן באנוצן מיט נוקלעאר אין פאל נאטא מיסלס פליען אויף רוסיש טעריטאריע.

זיי פארשפרייטן אויך אויף סאציאלע מידיע ווי זיי האבן אנגעהויבן צו פארשפרייטן און העכערן פראדוקציע אויף מאבייל נוקלעארע שעלטערס ווי כאילו די עטליכע דאזן הערינג שאכטלעך וועלן אפראטעווען די מאסקעווע בירגער אין פאל פון א נוקלעארע אטאקע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

18 Nov, 23:54


די גרעסטע אמעריקאנער בודזשעט אירליין ספיריט וועט דערקלערן באנקראט.

די פירמע האט א ביליאן דאלאר אין חובות.

די יאר האבן זיי געהאט 2% מער קאסטומערס ווי פאריאר, 10% ביליגערע טיקעטס, אבער 20% העכערע קאסטן.


די פירמע וועט אויף דערווייל אנגיין ווי געווענליך, און מ'קען נאך בוקן טיקעטס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

18 Nov, 19:55


לויט באריכטן האט נתניהו ארויסגעגעבן פאר זיינע נאנטע אז בעפארן אריינגיין אין רפיח האט אים ביידן אנגערופן ווארענען אז ''זיי גייען בלייבן אליין'' ביבי האט אפגענטפערט ''וועלן מיר עס טון אליינס'-.

שפעטער האט אים ענטאני בלינקען אנגערופן אז ''מיר וועלן אפשטעלן די וואפן'' האט ביבי געענפערט אז ''וועלן מיר זיך שלאגן מיט די הענט און פיס'.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

18 Nov, 18:50


געוועזענע ניו יארק מעיאר און טראמפ לאויער נאך די פאריגע אילעקשן רודי זשוליאני, איז געצווינגען געווארן צו איבערגעבן זיינע זייגערס און קאר'ן פאר צוויי דשארדשא אילעקשן ארבייטער וועלכע ער האט אומריכטיג באשולדיגט אויף פעלשן די אילעקשן.

די געריכט האט אים באפוילן צו צאלן 148 מיליאן דאלאר פאר דעפעמאציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 20:30


לויט באריכטן האבן כאמאס באאמטע זיך שוין אנגעהויבן אריבערציען קיין טערקיי, נאכט ווערן פארשיקט אנהייב נאוועמבער.

טערקיי וועט ווארשיינליך זיין די נייע שוץ ארט פאר די טרויעריג בארימטע טעראר גרופע.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 20:18


אין א פראוו צו אונטערהאקן שלום געשפרעכן ציווישן רוסלאנד און אוקריינע דורך די נייע אדמיניסטראציע, האט ביידן געגעבן ערלויבעניש פאר אוקריינא צו נוצן לאנגשטרעקיגע אמעריקאנע וואפן אויף רוסישע טערעטאריע לויט באריכטן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 14:27


אקעי מ'דארף זיך שוין נישט זארגן אז RFK וועט פארבאטן קוגל קישקע און קאקאש קעיק. און צווינגען דיקליכע אינגעלייט צו לויפן א מאראטאן פער טאג פאר געזונטהייט.

טראמפ האט אים שוין באוויזן צו משחד זיין מיט א רייכע פארציע מעקדאנעלד דשאנק פוד וואס ער האט אהיימגעברענגט פון ארבעט.

זיין קאולא איז ניטאמאל דייעד..

זעמיר סעיף.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 04:56


פרעזידענט ביידן און כינעזער פרעזידענט שי האבן זיך איינע די אנדערע פארשפראכן נישט איבערצוגעבן נוקלעאר צו AI.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 01:26


די נעקסטע נאמינאציע דורך די טראמפ אדמיניסטראציע איז די ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר מרת קאראליין לאוויט וועלכע איז ביז יעצט געווען די קאמפיין ווארטזאגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 01:09


די מידיא באריכטעט איבער די שטארקע אמונת צדיקים און הייסע תפילות וואס מעיאר עדעמס פארגיסט זייט זיין אינדייטמענט איבער אנגעבליכע טערקישע שוחד.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

17 Nov, 00:47


א ריכטער אין קאליפארניע גיבט גערעכט פאר האנטינגטאן קאנטי אטוירני וועלכע וויל איינשטעלן א ID פארלאנגט ביים שטימען.

די סטעיט קאליפארניע האט אים גענומען אין געריכט פארן וועלן פארלעצן די סטעיט געזעץ, אבער א ריכטער האט געאורטיילט אז עס איז 'קאמאן סענס באווייז' און זיי קענען פאראויסגיין מיט זייער לאקאלע פארלאנגט.

דאס קען אפעקטירן מערערע קלענערע יורעסדיקציעס אינערהאלב קאליפארניע און מעגליך עפענען די טיר פאר נעמען די גאנצע סטעיט געזעץ אין געריכט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

16 Nov, 23:40


כיזבאלא צילט אבות ובנים אויף מוצאי שבת.

כ'ווייס נישט צו ס'איז טאקע דא אזא פראגראם אין יענע שול אין חיפה, אבער אזוי הייסט די שול.

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

זיי האבן געשאסן 80 ראקעטן אויף די געגנט דארעכאויסן שבת.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

15 Nov, 00:16


די 84 יעריגע פעלאוסי האט געפיילט צו קענען נאכאמאל לויפן אין 2026.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 19:01


געוועזענע ארקענסא גאווענער מייק האקעבי וועט זיין די מד'י אמבאסאדאר אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 18:53


לויט באריכטן גרייט זיך CNN צו אפזאגן א גרויסע צאל ארבייטער אריינגערעכנט די גרעסערע שטערנס אויף די נעטווארק.

דאס איז די צווייטע מאל וואס די פירמע טוט אזוינס, עטליכע יאר צוריק האבן זיי אפגעזאגט דאן לעמאן קריס קואמא און אנדערע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 15:33


לויט באריכטן וועט טראמפ קלייבן פלארידע סענאטאר מארקא רוביא פאר די סעקרעטערי אוו סטעיט.

און סאוט דעקאטע גאווענער קריסטי נאואם פאר היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר.

די סיבה פארוואס דאס איז א אפענע סוד איז וויבאלד היסטאריש האט טראמפ געגליכנט ארויסצוליקן נעמען צו זעהן וויאזוי עס נעמט אויס ביי די באזע.

אויפנעמען סטעפאניק פאר יו ען אמבאסאדאר און רוביא פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז א פאטש פאר די אייסעלעישאניסטישע ביי די רעכטע, און צייגט אז ער פלאנט צו האבן די זעלבע אויסערן פאליטיק צוגאנג ווי זיין ערשטע טערמין.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 01:02


א פרוי וועלכע איז אנטזאגט געווארן פון איר IT פאסטן ביי blue cross blue shield אין מישיגן צוליב זיך אנטזאגן פון נעמען די וואקסין, איז באלוינט געווארן מיט 12 מיליאן דורך א דשורי.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 00:33


רעפאבליקאנע האבן זיך אפיציעל פארזיכערט מיט 218 זיצן אין קאנגרעס, דערביי באקומענדיג די מייאריטעט.

9 זענען נאך פארבליבן.


און דערמיט האבן זיי גאנץ וואשינגטאן, און ס'איז נישטא קיין תירוצים.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 00:30


פימע מענידשער מרת וועני וואשינגטאן האט אנגעזאגט ארבייטער אין פלארידע צו איבערהיפן הייזער מיט טראמפ שילדן און נישט געבן הילף.

איינער פון די ארבייטערס האבן ארויסגעגעבן די מעסידש וואס זי האט ארויסגעשיקט פאר די וועלכע זענען געווען אונטער איר פירערשאפט וואס צייגט דאס, און זאגט אז זיי האבן טאקע אויסגעלאזט איבער 20 הייזער ביים האריקעין עטליכע וואכן צוריק.


פימא זאגט יעצט אז זיי האבן איר אפגעזאגט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

12 Nov, 00:04


פלארידע קאנגרעסמאן מייק וואלץ וועט ווערן נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער אין די קומענדיגע אדמיניסטראציע.

דאס מיינט אז זיין זיץ וועט זיין ליידיג פאר עטליכע מאנאטן אין א עקסטרעם שמולע קאנגרעס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 23:40


די באקאנטע לוקסריעזע לאוי וויטאן געשעפט אויף 57סט אין מאנהעטן וועט ווערן דימאלישד צו ווערן איבערגעבויט גרעסטער.

אבער אין סטייל.

די סקעפאלדינג ווערט איבערגעדעקט צו אויסקוקן ווי זייערס א רענצל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 23:15


לי זעלדין געוועזענע קאנגרעסמאן און געוועזענע ניו יארק גאווענער קאנדידאט, וועט פירן די EPA אינווייערמענטאלע אגענטן אין די קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע.

קאנגרעס פרוי עליס סטעפאניק פון ניו יארק וועלכע איז באקאנט פארן אויספראקן די אוניווערסיטעט פרעזידענטן ביי א הירינג וועט ווערן די יו ען אמבאסאדאר, און סטיווען מילער וועט ווערן דעפיוטי טשיף אוו סטעף.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 20:41


די דשענינגס קריק וואלדפייער וועלכע לאזט איבער גערוך שפירן איבער גאנץ ניו יארק, האט זיך אויסגעברייטערט צו 5000 עיקער, און איז נישט אונטער קאנטראל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 16:21


טראמפ מעלדט אז ער וועט פארמאכן די פעדעראלע דעפארטמענט אוו עדשעקעישאן און עס איבערלאזן פאר די סטעיטס.

די טענות קעגן די דאזיגע דעפארטמענט זענען ווי פאלגענד.

א ריזיגע ביוראקראטיע ווי די אדמיניסטראציע וואקסט יערליך טראץ די נומער פון סטודענטן נישט.

עס קאסט אסאך געלט 90 ביליאן יערליך און האלב דערפון פעלט נישט אויס, און די ביסל וואס יא וועט אריבערגיין צו די סטעיט.

היות ס'געפינט זיך אין די ארכי ליבעראלע פלאץ ווי וואשינגטאן די סי שטופן זיי פילע זאכן ווי מאסק מאנדאטן, פארשליסונגען ביי קאוויד און ערגערס אויף אנדערע נושאים.

אמעריקעס עדשעקעישאן איז א דורכפאל אונטער די פירערשאפט, און ציווישן די סטעיטס איז כאטש דא בעסערע און א שאנס זיך צו פארבעסערן.



@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 04:44


די נייע צאר האט א דיפרענט סטייל פון די פריערדיגע...


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 04:40


געוועזענע ICE דירעקטער טאם האמען וועט איבערנעמען וויצע פרעזידענט העריס.


מיטן זיין גרעניץ צאר.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

11 Nov, 00:26


מיטש מקאנל האט זיך ארומגעשיפלט אין די וואשינגטאן זימפען פאר יארן לאנג, און געווען אין די דרייווער זיץ ביים רעפאבליקאנע פארטיי אין סענאט.

יעצט ביים אפטרעטן זענען דא דריי וועלכע לויפן פאר זיין פאזיציע, און די אינערליכע קאקוס וואלן זענען מיטוואך.

דשאן טון ס.ד. וועלכע איז יעצטיגע נומער 2, דשאן קארנען פון טעקסאס , און ריק סקאט פון פלארידע.

די ערשטע צוויי דשאנ'ס זענען מער אסטעבלישמענט אבער סקאט האט מער שטיצע פון די באזע.

סענאטאר באראסא פון וויאמינג וועלכע איז נומער 3 וועט נעמען נומער 2, און פאר זיין זיץ לויפט טאם קאטאן פון ארקענסאו און אורנסט פון אייווא.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

10 Nov, 20:54


ביידן אין א מלחמה מיט די זאמד ביים בארטן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

10 Nov, 18:36


ביים רעאגירן צו קריטיק אויפן אויפנעמען ישראל כץ אויפן שטעלע פון דיפענס מינסטער גלאנט, האט מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו געזאגט אז גלאנט איז געווען קעגן די ביפער אטאקע און אנגעדיידטעט אז ער האלט אז גלאנט איז געווען אונטער פילע ליקס צו די פרעסע.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

10 Nov, 03:49


א שאקירנדע ווידיאו ווי א פאמאסקירטע מאן פראבירט צו פארכאפן א קינד שבת אינדערפריה אין קראון הייטס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

10 Nov, 02:55


ד רובין געלעגאו האט געוואונען די לעצטע סענאט זיץ קעגן קערי לעיק ברענגענדיג די סענאט צו 53-45.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 20:48


די העריס קאמפיין האט גערעיזט איבער א ביליאן, און נאך געבליבן מיט איבער 20 מיליאן אין חובות.

אבער וויאזוי.?

לויט באריכטן האבן זיי אויסגעגעבן איבער 6 'פיגערס' אויף אויפשטעלן די סעט פאר די איינציגסטע לאנגע פאדקעסט וואס זי האט געגעבן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 20:44


די סאטמאר רבי פון קרית יואל וועט גיין קומעדיגע וואך קיין ארגענטינע באזוכן די ארטיגע קהילה.

לויט באריכטן וועט ער זיך טרעפן מיט די ארטיגע פרעזידענט האוויער מילעי וועלכע איז באקאנט פאר זיין נאנטשאפט מיט אידן.

דערנאך וועט ער גיין קיין אריגוויי צו באזוכן די שחיטה.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 17:52


טראמפ האט געוואונען אריזאנע שטערקער ווי העריס האט געוואונען ניו דשערסי.

ווי זאגט די וועלט 'לעט דעט סינק אין'.

🔴 Arizona: Trump+6
🔴 North Carolina: Trump+3.4
🔴 Nevada: Trump+3.4
🔴 Georgia: Trump+2.2
🔴 Pennsylvania: Trump+2.1
🔴 Michigan: Trump+1.4
🔴 Wisconsin: Trump+0.9
🔵 New Hampshire: Harris+2.6
🔵 Nebraska 2nd: Harris+3.7
🔵 Minnesota: Harris+4.2
🔵 Virginia: Harris+5.2
🔵 New Jersey: Harris+5.3
🔵 New Mexico: Harris+5.7


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 17:40


די אייראפעאישע קאמיסיע פארזיצער מרת אורבלא וואן-דער ליען זאגט אז ס'איז דא א וועג צו אפהאלטן טראמפ'ס טאריפס אויף אייראפע.

קויפן מער נאטירלעכע גאז, דאס וועט פארשמעלערן די 240 ביליאן דאלאר טרעיד דעפיציט ציווישן די צוויי זייטן.

זי זאגט אז ס'שיסט עטליכע מאקאשעס אויף איין שאס.

- שטעלט דעפיציט נידריגער.
-פארמיידט טאריפן.
- קויפט ווייניגער אויל פון רוסלאנד.
-אונזער ענערגיע ווערט ביליגער.
אונזער צוזאמארבייט ווערט שטערקער.

גיי ווייס פארוואס מ'דארף זיי סטראשען דערפא
ר.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 17:16


דער אידישע אקטעוויסט ביליאנער ביל אקמאן זאגט אז ער וועט ארויסציען זיינע פירמעס פון די אמסטערדאם סטאק עקסטשעינדזש.

טייל באשולדיגן די ארטיגע רעגירונג אויפ'ן זיך אנטזאגן צו צושטעלן מער שוץ פון בעפאר אויף די געבעט פון איזרעלי באמטע.

אויך האבן זיי שוין ארויסגעלאזט פילע פון די פאגראמיסטן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 16:07


טעסלא סטאק האט זיך היינט אינדערפרי געטראפן מיט א מארקעט קעפ פון א טריליאן דאלאר.

אין אנדערע נייעס האט א סייבער טראק שיעור אריינגעבעקט אין מיר נעכטן..

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 16:03


לויט באריכטן איז טראמפ'ס פלאן פאר א שלום אפמאך אין אוקריינא ווי פאלגנד.

מען פרירט איין די איצטיגע ליניעס.

א 20 יעריגע גאראנטי אז אוקריינא ווערט נישט א חלק פון נאטא.

אייראפאישע טרופן אינפארסירן א באפער זאנע ביי די נייע גרעניצן.

באוואפענען אוקריינא אז עס זאל זיך נישט לוינען נאך א מלחמה.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 06:57


מ'טאר קיינמאל נישט אונטערשאצן די מעין סטרים מידיא, מערקט די העדליין ''מכבי פענס האבן זיך צוזאמענשטויסן מיט פרא פאליסטינער ''.


סך הכל:

יעצט נאך די שטויב האט זיך געזעצט ווערט קלאר,
30 זענען פארוואונדעט געווארן 10 ערענסט.
60 טעראריסטן זענען ארעסטירט געווארן.
עס האט גענומען 2 שעה פאר די פאליציי צו רעאגירן און 5 שעה צו נעמען קאנטראל.
אויף די פארארדענונג פון די אויסערן מיניסטעריום האט מדינת ישראל ארויסגעשיקט 5 פליגער מיט מעדיקל איינהייטן אריינגערעכנט דאקטוירים און זיכערהייַט קרעפטן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 06:02


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 06:01


שאק: שטייענדיג א חודש נאכן אפצייכענען א יאר פון די שוידערליכע שמחות תורה אטאקע. איז פארגעקומען א פאגראם אין אמסטערדאם.

טויזנטער אראבישע איגענטליכע האבן זיך פארזאמעלט אינעם געגנט ווי עס איז פארגעקומען א שפּיל ווי די איזרעלי מכבי טיעם האבן אנטיילגענומען אינעם שפיל. און האבן שווער צו שלאָגן פילע אידן, דערביי שרייענדיג פולע העסליכע לאזונגען.

ביי צוויי פעלער זענען צוויי פיסגייער בייזוויליג אראפ געקלאפט געווארן דורך די צעווילדעוועט אראבער. עס האט גענומען היפש לאנג פאר די ארטיגע פאליציי צו ברענגען די סיטואציע אינטער קאנטראל.
מד''י האט און רעזולטאט געשיקט צוויי עראפלאנען קיין אמסטערדאם אפצונעמען מד''י בירגער.

ארום דרייסיג מענטשן זענען פארוואנדעט געווארן דורך אויס די אומרוען. פאליציי האט שוין ארעסטירט איבער 60 פון די ראיאטירער, און נאך ארעסטן פאלגן נאך. און ליכט פון די סיטואציע באוואכט די פאליציי די אלע האטעלן אין ווי די מד''י באזוכער שטייען איין.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 04:46


מעטא'ס פלאן פאר א ריזיגע דאטא צענטער אין דענמארק וועלכע וועט זיין גרין צוליב א נוקלעארע פאוער פלענט צופאלט צוליב א אנדערע גרינע פראבלעם.

מ'האט געטראפן אז אין די געגנט וואוינען א געוויסע מין בין וועלכע איז אין געפאר פון אונטערגיין, און די פירמע זאגט אז אדער וועלן זיי טרעפן א אנדערע לאקאציע, אדער אפרופן די גאנצע פלאן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

08 Nov, 00:42


די טויגליכע סטעיט קאליפארניע האלט שוין ביי איבער 60% געציילט, 2 טעג דערויף.

לויט ווי מ'זעהט אויפ'ן בילד האט עדעם ('שיפטי') שיף געוואונען די סענאט זיץ.

העריס האט געוואונען מיט 17 קעגן ביידן'ס 29.

קאליפארניע איינוווינער האבן אויך אריינגעוועלט א פרא יוסטיץ פראפעזישן צו צוריקדרייען א פרא קריים פראפעזישן וועלכע מ'האט אריינגעוועלט עטליכע יאר בעפאר.

(טייל מעיארן זענען טאקע געווען פאר די פראפעזישן 36 , אבער גאווענער נאסאם וועלכע קוקט אויס צו גלייכן די וועג וויאזוי די סטעיט קוקט אויס איז געווען דערקעגן, העריס האט נישט געוואלט ענפערן אויף וועלכע זייט זי איז, אזויווי פילע אנדערע פראגן..)


לאס אנדזשעלעס איינוואוינער האבן אויך געשיקט לופטערן די ראדיקאלע דיסטריקט אטוירני דשארדזש גאסקאן און אריינגעוועלט א נארמאלערע נתן האטשמאן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

07 Nov, 23:04


https://t.me/Denewbahlhtelegram_channel/7402



מיר ווייסן שוין פון די אנדערע פון זיינע קאלעגען אין די מידיא, אז די ווייסע וועלכע האבן געשטימט פאר אים זענען ראסיסטן, די מענער סעקסיסטן און די ספאנישע זענען אויך ראסיסטיש קעגן די שווארצע.

אבער וויאזוי רופט מען אנטי נידעריג ?

נידעריגיסטן ?

מ'קען באקומען רעפערעישנס דערפאר אזויווי שווארץ ? , וואו סיינט מען זיך אויף ..

טעגליכע נייעס +

07 Nov, 22:58


טראמפ מעלדט אז ער וועט נעמען סוזי וויילס וועלכע איז געווען זיין קאמפיין מענידשער אלץ טשיף אוו סטעף.

וויילס ווערט געגעבן קרעדיט פאר'ן פירן זייער א דיצעפלינירטע קאמפיין וועלכע האט עווענטועל געברענגט צו טראמפ שטערקסטע זיג פון זיין דריי קאמפיינען.

פאנגט שוין אן מיט פארהיילן די לאנד, די ערשטע פימעיל טשיף אוו סטעף, דאס איז דאך א וויכטיגע פריאריטעט פאר דעמאקראטן...


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

07 Nov, 02:15


טראמפ נעמט אריזאנע !

די לעצטע סטעיט 312-226 עלעקטארעלן



מיט דאס האט זיך געשלאסן די פרעזידענטליכע אילעקשן.

עס איז שטערקער פון זיין 2016 קאמפיין מיטן צולייגן נעוועדא און געווינען די פאפולערע וואט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

07 Nov, 00:17


טראמפ האט אנגענומען ביידן'ס אינווייט צו די ווייסע הויז אויפן טעלעפאן ביים ערהאלטן די קאנגראדולאציעס.

און לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן וועט ער באלד אריבערגיין.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 21:20


ד סלאטקין געווינט סענאט זיץ אין מישיגן קעגן מייק ראדשערס.

(נאר אריזאנע לעיק-גאלעגאו איז פארבליבן)

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 20:20


רעפאבליקאנע סעם בראון געווינט די סענאט זיץ אין נעוועדא קעגן ד דשעקי ראזן.

נעמענדיג די רעפאבליקאנער מיאריטעט צו 54.

דאס נעמט נעכטן נאכט ווייטער ווי ס'איז געווען ערווארטעט אין די סענאט אויך.

אריזאנע און מישיגן האבן נאך אומאנטשידענע סענאט פארמעסטן.

אריזאנע איז גענויגט ד און מישיגן אינדערמיט.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 19:21


העריס האט אנגערופן טראמפ צו קאנסידן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 18:42


די ביידן יוסטיץ דעפארטמענט פלאנט זיך אפצולאזן פון די קלאסיפיצירטע דאקומענטן קלאגעס געפירט דורך דשעק סמיט, צוליב די פאלעסי פון נישט אנקלאגן א זיצענדיגע פרעזידענט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 18:28


נישט סווינג סטעיטס וועלכע זענען אריינגעקומען גאר רויט.

ניו דשערסי העריס +5%
אילינוי העריס +8%
ניו יארק העריס +11%

קעגן ביידן 2020

ניו יארק 23
ניו דשערסי 15
אילינוי 16

יעצט צו סטעיטס וועלכע טראמפ האט געווינען אין ביידע.

2020
טעקסאס 5%
פלארידע 3%

נעכטן טעקסאס 14%
פלארידע 13%

דא זענען נאר אויסגערעכנט די גרעסטע סטעיטס.

רעפאבליקאנע קענען אנהייבן רעדן פון ניו דשערסי אזויווי דעמאקראטן פלעגן רעדן אויף טעקסאס.

איבעריג צו זאגן אז טעקסאס ווערט טאקע מער ספאניש, אבער די ספאנישע טרעפן זיך נאך ווייניגער שטימען מיט די דעמאקראטישע לאגער, טעקסעס קען שוין ענטגילטיג אראפגיין פון די דיסקוסיע טיש פון ווערן א סווינג סטעיט פאר די נעקסטע 10 יאר.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 18:11


טראמפ נעמט מישיגן.

נאר אריזאנע איז פארבליבן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 18:01


די סטאק מארקעט טאנצט פאר פרייד.

א 3% טאנץ , די שטערקסטע זינט ענדע 2022.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 17:55


טראמפ האט שוין גערעדט מיט מד'י פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, סאודי אראביע קרוין פרינץ סאלמאן, און נארינדא מאודי פון אינדיע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 17:51


ר דעיוו מקארמיק געווינט די סענאט זיץ אין פענסילוועניע קעגן באב קעיסי , רוקענדיג די רעפאבליקאנער סענאט מאיאריטעט צו 53.

אריזאנע מישיגן און נעוועדא האבן נאך סענאט זיצן וועלכע זענען נאכנישט גערופן.

מישיגן און אריזאנע זענען נאכנישט גערופן פאר פרעזידענט.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 16:43


העריס וועט געבן א 'קאנסעשן' רעדע היינט 6 אזייגער און אדרעסירן איר שטיצער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 16:00


ביי דע וועי


מ'קען שוין אויסזאגן די סוד, פראדשעקט 2025 איז יא עכט,

עטליכע וויכטיגע פונקטן פון פראדשעקט 2025.

-מ'גייט ארויסווארפן אלע איליגלס אפילו די וועלכע די דעמאקראטן האבן געמאכט לעגאל.

- מ'גייט ארעסטירן שומער, פעלאוסי, ביידן, פאר פארראט, העריס וועט מען לאזן גיין ווייל זי האט אונז געוואונען די ווייסע הויז...

אלע דעמאקראטן וועלן צאלן שטייערן 50% אזויווי זיי האבן ליב, און אונז וועלן אויפהערן צאלן אינקאם טעקס און עס נעמען פון טאריפס.

- ווער ס'גייט עבארטן קינדער גייט מען אים עבארטן.

מ'גייט אריינברענגן די פיינע לייט פון עזה צו קעיר נעמען פון די שבעת המינים גרופעס.

-מ'גייט טוישן די קאנסטיטוציע אז טראמפ זאל קענען לויפן א דריטע מאל אזויווי די דעמאקראטישע העלד FDR .

-און ווער ס'פארדארבט די חינוך וועט מען שיקן צו א גולאג.

-מ'גייט אויפלעזן די FBI און עס איבערגעבן פאר די טעקסעס רעינדשערס.

- מ'גייט באמבאדירן איראנס נוקלעאר פראגראם, און דערקלערן א 1 שטאט לעזונג.

און אזוי ווייטער.

מיר וועלן נאך ארויפשטעלן נאך וויכטיגע פונקטן שפעטער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 15:34


ר טים שעלי פליפט א סענאט זיץ אין מאנטענע.

ד טעמי באלדווין געווינט זיין סענאט זיץ אין וויסקאנסין.

ר שטייען ביי 52 +

טראמפ נעמט נעוועדא, און מיט א 4% שטארקייט.

לויט ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ טאקע געווינען די פאפולערע וואט.

דאס איז די שטערקסטע מאנדאט פאר טראמפ און רעפאבליקאנע זינט בוש 1 אין 1988.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 15:19


נענסי פעלאוסי זאגט אז ס'האט נישט קיין פשט פון זאגן ''א גוט מארגן '' ווייל ס'איז זיכער נישט קיין...


אויב דיין חבר גריסט דיר נישט היינט וועסטו וויסן ווער ס'איז שולדיג, די דיעפ סטעיט..



@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 15:07


טראמפ'ס פילע וויקטערי רעדע נעכטן

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 08:06


יחי המלך.

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 07:52


טראמפ ביים זיג רעדע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 07:23


טראמפ גרייט זיך אויף זיין רעדע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

06 Nov, 07:12


איבער 15 ביליאן דאלאר איז אויסגעגעבן געווארן אויף די 2024 עלעקשן פארמעסט, אריינגערעכנט דאון בעלאט.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 23:14


די אילעקשן איז לייוו !

אינדיאנא און קענטאקי פאנגען שוין אן ארויסצוגעבן ריזאלטאטן, עס האלט ביי 1% געציילט.

ביידע וועלן סייווי גיין פאר טראמפ.


עלעקשאן 2024

https://chat.whatsapp.com/IfaOnVor6pVFHmJV2sRfbZ

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 21:09


תושבי מאנסי.

די ספרינג וואלי היי-סקול איז ליידיג יעצט, קענסט זיין אינדרויסן אין 15 מינוט.

שפעטער וועט נעמען לענגער.


https://maps.app.goo.gl/JrnTc4VnsKH2CoSp8

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 18:18


ברעיקינג.

מד'י פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אפגעזאגט זיין דעפענס מיניסטער יואב גלנט.

אויסערן מיניסטער ישראל כץ וועט ווערן דיפענס מינסטער און גדעון סער וועט ווערן אויסערן מיניסטער.

קוקט אויס ווי דאס אז ער האט נישט אפגעזאגט איז געווען צוליב אמעריקע, יעצט אז אמעריקע איז אביסל ביזי..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 15:54


די ערשטע וואל אויסגאנג !


די אפיציעלע אויסגאנג פון גרעסערע פארמעסטן וועלן אויך מיר מעלדן דא, אבער די קלענערע אפדעיטס נאר אויף די עלעקשן קאנאל.


https://t.me/TNelection2024/156

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 15:05


בערנארד מארקוס, איינער פון די 4 גרינדער פון האום דיפאט איז געשטארבן ביי די 95.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 14:42


היינט איז דער טאג!

גיי ארויס שטימען ווייל יעדע שטימע מאכט אויס!

עס איז דא לאקאלע רעיסעס וואס דיין שטימע קען אויסמאכן!

נעם עס נישט פאר לייכט!

פאולס זענען אפן ביז 9:00pm.

צו זעהן ווי אייער שטים לאקאציע איז דריקט דא
https://voterlookup.elections.ny.gov

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 07:51


איינער וועלכע גלייכט נישט מאסק נוצט אויס א ליידיגע פראדשעקטער פון זיין גאראזש אינאיינעם מיט א שוואכע דיזיין סטייל פון א ווערייזן בילדונג, אויסצודרוקן זיין גרומ-צארן אויף די מאנהעטן סקיי-ליין.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 04:59


טייל מיט אנדערע.

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 04:59


עלעקשאן 2024

א ברענטש פון טעגליכע נייעס + ווי מ'וועט מעלדן כסדר'דיגע אפדעיטס פון די עלעקשן.


עלעקשאן 2024

https://chat.whatsapp.com/IfaOnVor6pVFHmJV2sRfbZ

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 04:52


גאוגל CEO סאנדער פעטשי האט געשיקט אין א מעמעו פאר זיינע ארבעטער אז מ'זאל זעהן זיך צו האלטן נייטראל אפגעזען פון די אויסקום פון די עלעקשן.

לעצטנס האט מען געזעהן אז יוטאב לאזט מער צו פראגן אויף די פאריגע עלעקשן און אנדערע זאכן וואס זיי פלעגן זיין שטרענגער.

דאס קומט עטליכע טעג דערנאך וואס טראמפ האט אויפגעדעקט אז פעטשי האט אים אנגערופן רעדן ווי שטארק די מעקדאנעלד'ס סאמאטוכע האט אויסגענומען.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

05 Nov, 00:28


רוסלאנד האט ארויפגעשיקט עטליכע סאטילייטן אריינגערעכנט 2 פאר איראן.

עס איז ארויסגעפלויגן פון וועסטעטשקי רוסלאנד און געמאכט איר וועג ארויס פון די אטמאספערע אין 9 מינוט.

איראן האט צום ערשטן מאל ארויפגעשיקט סאטילייטן אנהייב יאר אין יאנואר.

דאס צייכנט אפ א פארשטערקערונג אין די צוזאמארבייט ציווישן די צוויי לענדער, און פארברייטערט איראנס געא שפיאנאזש מעגליכקייטן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Nov, 23:13


א ריכטער אין פענסילוועניע האט אפגעשלאגן טענות פון דעמאקראטישע באמטע אין די סטעיט, און געזאגט אז ער זעהט נישט די פראבלעם פון די מיליאן דאלאר גורל וואס מאסק פארטיילט פאר זיין קאנסטיטוציע פעטיציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Nov, 17:10


מיין פיינעל פרידיקשן.

נישט אז איך האלט אזוי וועט עס טאקע זיין אבער דאס איז מיין בעסטער געס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Nov, 15:33


א טאג בעפאר די עלעקשן באשולדיגן רעפאבליקאנע פון די הויז דשודישיערי קאמיטעט אז די פעדעראלע רעגירונג האט אויסגעגעבן 81 מיליאן צו צאלן אומלעגאל צו מיעץ זיין אנדערע די בעסטע וועג זיך אריינצוקומען אין לאנד.

70 טויזנט זענען ''געהאלפן'' געווארן דורך די וואוילטעטיגע פראגראם.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Nov, 14:46


אין שווערע נייעס קומט אריין די בשורה, אז די איראנער רעזשים האט אומגעברענגט די אידישע בחור נתנאל בן ציונה.

א צווייטער האט אנגעהויבן א געשלעג מיט אים צוויי יאר צוריק, און יענער איז בטעות אומגעקומען, די משפחה פון די גוי האט נישט געוואלט אנעמען פארגיטיגונגס געלטער און אפלאזן די טויט קלאגע ווי עס איז איינגעפירט אין איראן, נאר זיי האבן פארפירט אז זיי ווילן דעם איד טויט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

04 Nov, 01:12


מר RFK זאגט אז טראמפ האט מסכים געווען ארויסצונעמען fluoride פון די וואסער.

אין אלטע צייטן.. ווען זאכן זענען נאך געווען בלעק ענד ווייט האט מען געהאלטן אז ס'איז א גוטע זאך ספעציעל אויב איינער פוצט נישט די ציינער וועט עס מאכן שטערקער, אבער מער און מער שטודיעס האבן דאס איבערגעוויזן צו זיין לעכערליך און אז ווער ס'וויל קען סייווי פוצן די ציין מיט טוט-פעיסט וואס האט פלארייד דערין.

אויך צייגן געוויסע שטודיעס אז צופיל דערפון ספעציעל פאר קינדער קען שאדן פאר די מוח.

אבער אזויווי אייביג איז מען 'סטאק' אין די געזונטהייט סיסטעמען פון 50 יאר בעפאר.


#MAHA


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

03 Nov, 19:11


אנטי רייאטן צוימען/פלויטן.. ווערן אויפגעלייגט ביים ווייסע הויז.

דאס איז גענוצט געווארן פאר א העריס קאמפיין אויפטריט לעצטנס, מערקט די שילדן וואס זיי האבן נישט אנגעיאגט אראפצונעמען.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

03 Nov, 05:38


נישט פארגעסן צו רוקן די זייגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

03 Nov, 04:49


מד'י זעלנער האבן פארכאפט א הויעכראנקיגע כיזבאלא קאמאנדיר ביי די וואסער ברעג אין צפון לבנון.

בערך צוואנציג אמאידענטיפיצירטע באוואפנטע לייט האבן אדורכגעפירט די אקציע און אפגעטראגן מיט א שיפל.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Nov, 16:09


היינט איז ארויסגעקומען א דיזעסטער פון א דשאבס רעפארט פון אקטאבער פון בלויז 12 טויזנט צוגעקומענע דשאבס.

אויסער דעם האט מען גענידערט די פאריגע צוויי מאנאטן מיט 100 טויזנט, א שטייגער ווי מ'האט גענידערט לעצטנס די נומערן פאר פאריגע יאר מיט א נישטיגע מיליאן, אאפס.


פאר קאנטעקסט אפילו אויב ס'וואלט צוגעקומען צען מאל אזויפיל וואלט עס געהייסן גאר שוואך, די מינימום איז 150 טויזנט.

טייל לייגן עס אן אויף די האריקעין, אבער די האריקעין האט נאר אפעקטירט 10% אמעריקע מילא איז עס גאנץ א שוואכע תירוץ, אויך זאגן די פראפעגאנדיסטן אז באואינג האט געהאט א סטרייק וואס האט דאס צוגעברענגט, אויב אזוי פארוואס האט וואל-סטריט געשאצט 100 טויזנט, האבן זיי נישט געוויסט פון די האריקעין מיט די סטרייק..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

01 Nov, 15:19


די AP באריכטעט אז די ווייסע הויז האט צוגעפוצט די טראנסקריפט פון די טעלעפאן קאל צו א ראדיא סטאנציע ווי דער פרעזידענט האט אנגערופן טראמפ שטיצער גארביטש.

דאס איז פארשטייט זיך גאנץ מעגליך אומלעגאל, און זיכער אומעטיש.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Oct, 21:23


בנציון ווידער, פראפעזישן 1

ר' אהרן בנציון ווידער איז ווי באקאנט גאר א געטריי מענטש וואס נעמט זיין ארבעט ווי א עסקנות דשאב ענדערש ווי א שטאט טאטע.

אבער לאמיר נישט אוועקנעמען די זארגן פון זיין שטיצע פאר פראפעזישן 1, און בכלל בין איך מער פון די מענטשן וואס לאזן מענטשן האבן די אייגענע מיינונג,
און ווייל א עסקן האט געזאגט אז דו זאלסט שטימען איין וועג, מיינט נישט אז דו מוזט אוועקווארפן דיין שכל אין 'גארביטש' ווייל יענער האט יא אדער נישט אמאל געהאלפן איינעם צו גאר די ציבור.

דאס אז מ'דארף שטימען פאר א יוד איז גענצליך נישט קיין ארגומענט, וויבאלד אויב דו האלטסט אז די גוי איז בעסער מיט א חומש קענסטו רוהיג קויפן די גוי'ס פראפעגאנדע על פי שולחן ערוך.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז א היימישע יוד האט א שטארקע מעלה דאס אז ער פארשטייט דיר אויפן ווינקל און טובל'ט זיך אין די זעלבע מקוה ווי דיר, און ספעציעל איינער וואס טוט טאקע אויף אזויווי ר' בנציון.


וואס איז פראפעזישן 1,

עס זענען פארהאן עטליכע בעלאט 'ענישעטיווס' די וואל סעזאן און די ערשטע איז צו געבן רעכטן פאר כל מיני מענטשן, רעליגיעזע רעכטן, ראסע רעכטן, דשענדער פרויען רעכטן, און.... רעכטן.

יעצט געווענליך זענען זייער העפי פון אזא זאך אריינשטימען מער רעכטן אין געזעץ, וואס קען זיין בעסער ! ,
אבער די מציאות איז אז מיר ווייסן אז מיר קענען נישט טראסטן די חברה וויבאלד רעליגיעזע רעכטן זענען שוין סייוויסיי אין די קאנסטיטוציע פאר 250 יאר און ראסע און פרויען רעכטן אויך פאר 60 יאר אדער מער.

נאר וואס דען, אלע די פראפעזישנס ווערן געווענליך אריינגעשטעלט דורך מענטשן מיט אגענדעס,

און די טרויעריגע מציאות איז אז מ'קען שטעלן די פראגן אויף וועלכע שיינע וועג נאר מעגליך און די חברה זיצן דערויף פאר יארן צו אויפקומען מיט שיינע לשונות, און טאקע דערפאר גייט עס אייביג אריבער, וויבאלד אפילו פאליטיש סאפיסטיקירטע מענטשן פלאגן זיך צו פאשטיין צו ס'איז טאקע גוט אדער בלויז א AI פראדוקטן.


יעצט למעשה גיין עס אריבערגיין, און אין אלבעני דארף מען אמאל ווארפן א ביינדל צו די מאכן וואס פירן די סטעיט, וויבאלד דו רעדסט אין א מציאות ווי אין פילע ברוקלינע דיסטריקטן לויפט ניטאמאל א רעכטער.

ר' בנציון האט שוין צוריקגעצויגן פון זיין שטיצע פון די פראפעזיצע נאכ'ן פארשטיין וואס מ'רעדט דא און סאיז דא א געפאר פון די עקסטרעמע פראפעזיצע פון אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן אין פאל זיי גייען נישט מיט מיטן פראגרעסיווע אגענדע.



.טעגליכע נייעס +
https://chat.whatsapp.com/L4qt5NfjiId4lSAwBfda2p

On Telegram:
https://t.me/tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Oct, 19:51


דייטשלאנד האט פארארדענט צו אפשפארן אלע איראנע קאנסולאטן אין איר לאנד, נאך וואס די ארטיגע רעזשים האט הינריכטעט א דייטשעץ-איראנע אפאזיציע פירער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Oct, 18:21


געשעפטן אין וואשינגטאן די סי גרייטן זיך פאר די עלעקשן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

31 Oct, 00:15


https://t.me/TNelection2024/107


ביי א האלעווין פארטי אין די ווייסע הויז.

האלעווין איז דאך געמאכט צו זיין שרעקעדיג, מיט מכשיפות שפין געוועבעכצער, ווילדע רוחות און בייזע פאמקינס.

טאקע שרעקעדיג !

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 23:13


די ביידן העריס עקאנאמיע איז אזוי שווער, אז אפילו עלטערע פארמעגליכע לייט, דארפן נעמען עטליכע שיפטס צו קענען שטעלן ברויט און פוטער.

האסטו א איבעריגע בוסט, זיי אונז מזכה


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 22:40


שוין, נישט גענומען לאנג און טראמפ זיצט שוין אין זיין 'גארביטש' טרעקל..


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 19:33


א דרעפט פון א גאנץ מעגליכע שלום אפמאך ציווישן מד'י און כיזבאלא האט ארויסגעליקט.

לויט די דאקומענט וועט זיך מד'י צוריקציען ביז 7 טעג פון אונטערשרייבן, כיזבאלא וועט ארויסגיין פון דרום, און 10 טויזנט לעבענזע טרופן וועלן איבערנעמען די ארט און פארניכטן כיזבאלא אינפעסטראקטור.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 17:27


א געריכט אין פראנקרייך האט געאורטיילט אז איזרעלי פירמעס וועלן זיך יא מעגן באטייליגן ביי די גרויסע אייראפעאישע וואפן שאו אין פאריז קומעדיגע וואך.

די מאקרון אדמיניסטראציע און אקטעוויסטישע גרופעס האבן פארבאטן איזרעלי פירמעס פון אנטיילנעמען וויבאלד זיי קומען פון א לאנד וואס פירט א מלחמה אין פאלעסטינע טערעטאריעס לויט געוויסע.

די געריכט זאגט אבער אז דאס גייט קעגן די ארטיגע ביזנעס דיסקרימינאציע געזעצן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 15:48


פולע מאל רעדן זיך מענטשן אפ אז די יוסטיץ סיסטעם איז קוראפטירט.

א מערדער באקומט א קארגע צוואנציג יאר צו ווייניגער און ווען איינער שווינדלט אביסל איידל לאונס קען ער באקומען לעבנסלענגליכע טורמע...

אבער אט האבן מיר א פאל ווי די יוסטיץ סיסטעם איז יא גאר שטייף קעגן געפארפולע פארשוינען, און אפילו אין די ליבעראלע ערטער ווי קאליפארניע.

דער פארשוין וועלכע האט זיך איינגעבראכן אין פעלאוסי'ס היים און אטאקירט איר מאן מיט א האמער, האט נארוואס באקומען לעבנסלענגליכע טורמע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 12:57


די דייטשע וואלקסוואגאן גרופע פלאגט זיך מיט א פינאנציעלע פלאנטער.

זייער אפאראציאנלע פראפיט איז געפאלן מיט 42% צו 3.1 ביליאן אין די דריטע קווארטאל.

זיי וועלן פארמאכן דריי פארבריקן אין דייטשלאנד זעלבסט, אפזאגן טויזענטער, און נידערן געהאלטן און אוועקנעמען באנוסוס.

דאס איז די ערשטע מאל אין זייער 87 יעריגע היסטאריע וואס זיי פארמאכן פארבריקן אין זייער היימלאנד.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

30 Oct, 00:01


א נייע פאול צייגט אז קאנגרעסמאן מייק לאולער שטייט +5 קעגן זיין אפאנענט מאנדעיר דשאנס אין די 17טע דיסטריקט.

די פארמעסט איז נאכאלטס זייער נאנט, מאך זיכער צו שטימען.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

29 Oct, 21:36


ס'איז אילעקשן וואך און אמעריקאנער זענען פאראנטווארטליך אויף די צוקונפֿט פון זייער לאנד.

איין אזא באזארגטע אינסטעטוציע איז די ניו יארק טיימס וועלכע נעמט זייער פאראנטווארטליכקייט גאר ערנסט.

מיט די ריסוירטש פון די 'מידיא מעטערס' גרופע וועלכע איז וואויל באקאנט מיט זייער וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן בנוגע זיכערמאכן אז פארשידענע פאשיסטישע קוועלער באקומען נישט קיין ספאנסערס פאר עדס, האבן זיי געטראפן פילע פעלער ביי עקסטערם רעכטע מידיא פיגורן ווי זיי פארשפרייטן שעדליכע אילעקשן דיס-אינפארמאציע וועלכע קען אונטערברענגן די גאנצע דעמאקראטישע סיסטעם, א שטייגער ווי אויף יאנואר זעקס.

אזוי האט דער בארימטער דשורנאליסט ניקא גראנט געשיקט מעסידשעס פאר פארשידענע געפארפולע רעכטע פיגורן ווי בען שאפירא, בעני דשאנסאן און טים פול, מיט א פראגע בויגן איבער זייער יוטאב 'מאניטיזאציע' געלט פראגראם.

ער שרייבט אז די צייטונג וואס איז אזוי בארימט פאר נייטראלע ארטיקלען אויף פילע טעמעס אזויווי חינוך און אנדערע וויל הערן פון זיי אליינס וויבאלד זיי גרייטן א ארטיקל וואס זוכט צו סאבאטאזשירן צו צוזאמארבייט פון יאוטאב מיט די מיס אינפארמאציע פארשפרייטער.

מיט דעם ווילן זיי לייגן דרוק אויף די גרעסטע ווידיאו פלאטפארמע וואו 26% אמעריקע נוצט אלץ זייער הויפט נייעס קוואל, ווי אויך וועט עס אוועקנעמען א גרויסע טייל צו מערסטענס פון די אינקאם פון די מיס אינפארמאציע קוועלער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

29 Oct, 15:24


סטיוו בענאן געוועזענע טראמפ ווייסע הויז עדווייזער האט ענדליך אויסגעדינט זיין טורמע טערמין.

ער איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן זיך אנטזאגן צו אויפטרעטן אין קאנגרעס און געזיצן 4 מאנאטן.


(אביסל היסטאריע 2012 האט אטוירני דזשענעראל עריק האלדער זיך אנטזאגט פון טעסטעפייען פאר קאנגרעס איבער די סקאנדאל פון שיקן וואפן פאר די קארטעלן, און געהאלטן געווארן אין קאנטעמט אף קאנגרעס, אבער פארשטייציך נישט געזיצן..., סקאנדאל'לאזע אבאמא אדמיניסטראציע..

אנדערע פעלער,

לאריס לערנער IRS סקאנדאל '13

דשאן ברענאן CIA דירעקטער , שפיאנירן אויף אמעריקאנער סקאנדאל '14.

בענגאזי, קלינטאן געהילפן שערל מילס און 'דשעיק סאליוואן ' '15.

געוועזענע אטוירני דזשענעראל לארעטא לינטש, קלינטאן אי-מעיל, '17.

קאמי... ועוד ועוד, אלע האבן גענוצט די זעלבע עקזעקעטיווע פריוולידש, אבער פאר סאם ריזן האט עס נישט געהאלפן פאר בענאן.)


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

29 Oct, 14:56


אין אנדערע נייעס האט די טעראר גרופע געמאלדן אז קאסים נאסאם איינער פון די פריע גרינדער און דעפיוטי סעקרעטאר גענעראל וועט געשטעלט ווערן אלס פירער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

29 Oct, 14:55


א כיזבאלא ראקעט איז געפאלן אויף די הויפטקוואטירן פון די יו ען קרעפטן אין לבנון.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 23:09


די וואשינגטאן פאוסט האט פארלוירן 200 טויזנט סובסקרייבער 8% , לויט באריכטן.

דאס איז צוליב דעם וואס די צייטונג האט זיך אנטזאגט צו אינדארסירן העריס.

די USA today האט אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט אינדארסירן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 20:21


איראן האט היינט געמאלדן א פארבאט אויף מאטאראלא פאונס און ביפערס למיניהם, אין ליכט פון די כיזבאלא ביפער אטאקע.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 17:40


עס האט זיך געשאפן א מאנגל אין IV fluids צוליב האריקעין העלענע וועלכע האט שאדן געמאכט א פראדוקציע פלענט פון די בעקסטער פירמע אין נארט קאראליינע.

טייל שפיטעלער אין דרום זאגן אפ נישט אימערדשעסי פארלאנגען.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 17:13


נייע סאטילייט בילדער צייגן שאדן צו א חלק פון א איראנע אויל ריפיינערי אין אבדאן איראן וועלכע געפונט זיך נעבן די גרעניץ מיט איראק.

לויט פריערדיגע באריכטן האט מד'י נייטראלאזירט די דעפענס סיסטעם אין די געגנט, אבער דאס איז די ערשטע צייכן אז די אויל פראדוקציע זעלבסט איז געצילט געווארן.

נאכן קלאר ווערן און הערן פון ביידע זייטן אז מ'האט נישט געצילט די אויל זענען פרייזן אויף די גלאבאלע מארקעט צוריקגעפאלן צום אלטן, אבער דאס איז מעגליך געווען א פריצייטיגע פרייד.

לויט ווי עס קוקט אויס איז עס בלויז א פאסט בריוול און ס'איז נישט עפעס וואס וועט עכט שאטן.

אין אנדערע נייעס זאגט כומעיני אז מ'דארף זיין געמאסטן אין א רעאקציע, דאס צייגט אז זיי ווילן שוין אראפקריכן פון בוים.

אנדערע וואס קלעטערן אראפ די שטיגן, זענען חיזבאלא, לויט די לעבענזע פארלימענט ספיקער האבן זיי מסכים געווען צו אפטיילן זייער קאנפליקט פונעם כאמאס קאנפליקט און זענען גרייט צו פארהאנדלען א פייער אפשטעל אן די דאזיגע באדינג.

עקסטער זענען באריכטן געגאנגען אזוי ווייט צו זאגן אז זיי זענען אפילו מסכים צו פארהאנדלען איבער זיך צוריקציען ביז די ליטאני אזויווי די UN רעזאלוציע לויטערט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 14:08


שוין אמאל געהערט די אויסדרוק פאטארע'קאנער..

נעכטן ביי טראמפ'ס ראלי אין מאנהעטן האט עפעס א קאמידיען מיטן נאמען טאני הינטשקליף געמאכט עפעס א וויץ אז פארטא-ריקא איז א מיסט אונזל, און די מידיא זייעט אן א שטורעם אז היתכן טראמפ האלט אזוינס פון פארטא ריקא.

פילע סעלעבס זענען שוין ארויפגעטאנצן אויפן באן און אינדארסירט העריס אין ליכט פון די באהאלטענע געמיינקייט וואס מ'איז נארוואס געוואיר געווארן איבער טראמפ.

וואס דאס מיינט, אז די העריס קאמפיין איז אין א שווערע קלעם אז מ'האלט ביי א מצב אז ס'איז גאר שווער צו אינדארסירן אזש מענטשן וואס דארפן בלויז תירוצים דאס צו טון קענען עס נישט טון אנדעם.


זייטיגע נאטיץ, מ'מעג אמאל מאכן א וויץ, בכלל ביי די ראלי האט מען ערנסטערהייט נישט גערעדט איבער ניו יארק צופיל בעסערס, סא כ'בין געהעריג באליידיגט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 00:57


טעגליכע נייעס + pinned «א מעלדונג פון טעגליכע נייעס + עס איז פאראן עירלי וואטינג פון יעצט ביז די עלעקשן מערסטנס טעג און מארגן אויך. געווענליך זענען די לאקאציעס אפן פון 8 ביז 8 , און די וויקענדס פון 8 ביז 5. גייט עירלי וויבאלד אזוי אויב עס ווערט אפגעשטיפט האסטו נאך א שאנס, אויך…»

טעגליכע נייעס +

28 Oct, 00:33


א מעלדונג פון טעגליכע נייעס +

עס איז פאראן עירלי וואטינג פון יעצט ביז די עלעקשן מערסטנס טעג און מארגן אויך.

געווענליך זענען די לאקאציעס אפן פון 8 ביז 8 , און די וויקענדס פון 8 ביז 5.

גייט עירלי וויבאלד אזוי אויב עס ווערט אפגעשטיפט האסטו נאך א שאנס, אויך וועט נישט זיין די ליינס אזויווי נאוועמבער 5.


קענסט טרעפן די לאקאציע פאר דיין אדרעס אינאיינעם מיט די צייטן דא
https://www.google.com/search?q=nys+find+my+polling+place&oq=NYS+findmy+poll&gs_lcrp=EgZjaHJvbWUqCQgBEAAYDRiABDIGCAAQRRg5MgkIARAAGA0YgAQyCggCEAAYgAQYogQyCggDEAAYgAQYogTSAQkxMzg1NWowajSoAgKwAgE&client=ms-android-rogers-ca-rvc3&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8#ebo=1
פאר די סיטי
https://findmypollsite.vote.nyc/

אט זענען די לאקאציעס אין ווילאמסבורג.
80 Clymer,
70 Tomkins


אין מאנסי און קרית יואל איז נאך וויכטיגער זייענדיג איינער פון די 10 וויכטיגסטע דיסטריקטן אויף וואס די גאנצע באלאנס פון קאנגרעס און אמעריקע שטייט.

אין מאנסי דער 17'סטע דיסטריקט לויפט די איבערגעגעבענע און עסקנים אינדארסירטע מייק לאולער וועלכע האט פאריגע מאל געווינען מיט אונטער א פראצענט די ביידן דיסטריקט מיט די הילף פון די היימישע שטיצע, קעגן די ראדיקאל פראגרעסיווע מאנדעיר דשונס.


אין קרית יואל אין די 18'טע דיסטריקט לויפט דער דעמאקראט פעט רייען וועלכע האט באוויזן צו באקומען אינדארסירונגען מיטן אלטן דעמאקראטישע טאקטיק פון משחד זיין וויילער אין איטערעסן גרופעס.

רייען האט פאריגע מאל ארויסגעקוועטשט א איין פראצענטיגע זיג.

העריס איז מוחל חובות פאר אירע ליבלינגען די אנטיסעמיטישע סטודענטן און זייערע קאלעדזשעס און פארשפרעכט צו אומלעגאלערהייט גיסן געלט פאר שווארצע ביזנעסעס.

מר פעט ר. זאגט צו שווערע מיליאנען פאר טאון באאמטע און אנדערע מיט מאכט.

קעגן אים לויט עליסאן דעספאזיטא א געוועזענע NYPD דיטעקטיוו און לוטענענט גאווענער מיטלויפער פון די היסטאריש סעקסעספולע לי זעלדין קאנדידאטור.


- שלוס, דאס איז די איינציגסטע מאל וואס דו קענסט טון עפעס עסקנות פארן כלל אויב דו ביסט נישט אין די עסקן ביזנעס.

פארשטייטציך אז שאפן געלט אדער העלפן אנדערע אידן איז פיל וויכטיגער..


פליז שיק ארום די מעסידש.

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 18:42


ביג טעק פירער פראבירן צו פארגלעטן באציאונגען מיט טראמפ, זיך גרייטענדיג אויף א שטארק מעגליכע צוריקקער.

טראמפ זאגט אז די פירער פון עפפל טים קוק האט אים גערופן רעדן איבער פראבלעמען אין אייראפע, גאוגל פירער פיטשיי האט אים גערופן זאגן ווי שטארק זיין מעקדאנעלד'ס קאמפיין סטאפ האט אויסגענומען אויף די אינטערנעט, און עקזעקעטיוון פון די בעזאס ספעיס פירמע 'בלוי ארידשען' האבן זיך געטראפן מיט אים אויף פרייטאג.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 15:27


ניו יארק מעיאר עדעמס זאגט אז עס פאסט נישט און ער האט נישט ליב ווען מ'רופט א געוועזענע פרעזידענט א פאשיסט אדער מען פארגלייכט אים צו היטלער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 14:46


לויט א באריכט אין א סוידישע צייטונג אנטלויפן פילע כיזבאלא קעמפער פון די פראנט ליניעס, און אנדערע דארפן אריינגעשיקט ווערן אנשטאט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 03:03


נאך 1 שעה פארבליבן זיך צו רעזשיסטערן צו וואוטן אין נ.י.

https://voterreg.dmv.ny.gov/MotorVoter/

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 02:31


די וואשינגטאן פאסט וועט נישט אינדארסירן העריס.

דאס איז די ערשטע מאל וואס די צייטונג אינדארסירט נישט די דעמאקראטישע קאנדידאט זינט 1988 ווען מייקל דוקאקוס איז געווען די קאנדידאט.

לויט באריכטן איז שוין א אינדארסירונג געווען גרייט אבער די אייגענטימער דשעף בעזאס האט עס לעצט מינוטיג אפגעהאלטן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 00:58


מד'י קוועלער זאגן אז אלע 7-8 איראנער s-300 מיסל דיפענס סיסטעמען וועלכע באוואכן סטראטעגישע פונקטן, זענען געצילט און געשעדיגט געווארן אין די אטאקע.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

27 Oct, 00:09


איראן סטראשעט...


אין פאלעסטינע סקווער אין טעהראן מיט א שילד.

''נאך א שטורעם קומט''.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

26 Oct, 23:57


מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו זאגט אז די באשלוס נישט צו אטאקירן איראנס נוקלעאר און אויל פראדוקציע איז נישט געמאכט געווארן דורך אמעריקע נאר דורך מד'י פאליטיקאנטן.

און זיי האבן איבערגעלאזט די צילן אין פאל איראן וועט ווייטער פארפירן.


ער האט ווידערהוילט אז ער וועט קיינמאל צולאזן א נוקלעאר באוואפנטע איראן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Oct, 18:18


די מצב איז שווער, מ'דארף אריינברענגן היטלער ימ'ש אין די פארמעסט.

די חברה זענען דעספרעט.

איך פרעזענליך זענען נישט פון די וואס שרייען אז טראמפ האט עס אין די באגאזש, איך אנערקען אז ער האט נאך א לאנגע וועג.

אבער עס קוקט אויס ווי זיי ווייסן עפעס אנדערש


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Oct, 18:15


Sponsored

מלחמה סודות

די מערסטע אפדעיטעט מלחמה נייעס וואס איר וועט נישט טרעפן אין ערגעץ!!

🔗
@ourwarsecrets

טעגליכע נייעס +

23 Oct, 18:15


די טערקישע אירליין וועט נישט האבן קיין פלייטס קיין איראן אין די נעקסטע 7 טעג צוליב 'זיכערהייט זארגן '.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

23 Oct, 00:59


טראמפ איז פון די מענטשן וואס האבן די אייגענע פיקטשער אויפן וואל-פעיפער.

עס איז געווען זעבאר אויף א ווידיאו פון די 'נעלק בויס' גרופע אויף א ווידיאו וועלכע זיי האבן נעכטן ארויסגעלייגט פון פליען מיט אים אויף זיין עראפלאן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 23:29


די פענטאגאן לייקנט די באריכט.

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 20:55


ווי וואלט די מאמענט געשריבן..

ינוקא וגביר

בן גביר האט אפגעשטאט א באזוך ביים סאדיגורא רבי ערב הושענא רבה.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 18:16


זעמיר פאפולער !


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 15:02


לויט באריכטן איז די פאראנטווארטליכע פאר די פענטאגאן ליק פון מד'י קלאסיפיצירטע פלענער א פרוי מיטן נאמען אריאנא טאבאטאבי, וועלכע איז א איראנע אמעריקאנער.

זי איז א געוועזענע אקאדעמיק און אריינגענומען געווארן אין דעפענס ווארשיינליך צוליב פאליטישע חשבונות, און ארבעט אונטער די סעקרעטאר פאר ספעציעלע אפעראציעס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 03:52


ניווידיע איז היינט ארויף צו א פרישע רעקארד פון $143 און א מארקעט קעפ פון איבער 3.5T מיט א ט'ית.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 23:33


https://t.me/TNelection2024/41


דערמאנונג איבער די אילעקשן טשענל


https://chat.whatsapp.com/IfaOnVor6pVFHmJV2sRfbZ

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 23:15


קאטאר אירליינס האט געוואונען די יערליכע 'סקיירעקס' בעסטע אירליין.

2 סינגאפור
3 עמעראטיס
6 יאפאן
7 טערקיש
9 איר-פרענס
10 סוויס


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 22:33


לויט Newsweek איז דא א 19% שאנס אז טראמפ שפּילט טאקע פוטבאָל פאר די פוטסבורג טיעם !

זיי קריטיקירן זיינס א פאוסט פארן נוצן א פאלטשע AI בילד וואס זייער עי איי דיטעקטארס זאגן אז ס'איז 81% שאנס צו זיין פאלש.

....


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 21:43


די CBS נייעס סטאנציע איז מודה אז זיי האבן געדיט די ענפער פון העריס אויף א אינטערוויו 13 טעג צוריק אויף זייערע 60 minutes פראגראם.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 21:08


מד'י אנפלעקט וואו די כיזבאלא אוצרות געפונען זיך און רופט פאר די לעבענזער רעגירונג עס צו קאנפיסקירן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 16:03


מד'י זאגט אז זיי האבן געכאפט 7ַ שפיאנען פאר איראן וועלכע האבן זיך געדרייט אין חיפה און אין די צפון.

טייל זענען געווען אימיגראנטן פון ארזשאביזשאן און האבן אבזערווירט מיליטערישע באזעס.

צוויי מיינערס און איין דעזערטירטע סאלדאט, און זיי האבן באקומען באצאלט מיט קריפטא.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 00:57


די מאנדעקייט פון פאליטיק שטייגט.

בשעת וואס דער ביליאנער אינוועסטער און שארק-טענק פאנעליסט מארק קובאַן קאמפיינט פאר העריס טראץ וואס אירע פלענער וועלן לייגן די עקאנאמיע אין דערערד לויט אים.

מ'רעדט פון טעקס אויף unrealized gains לדוגמא סטאקס נאך פארן ארויסציען.

ער זאגט אז אויב זי וועט עס טאקע איינשטעלן ווי איר פלאטפארמע לויטערט וועט ער קאמפיינען קעגן איר, ''אבער איך גלייב נישט אז זי וועט עס איינשטעלן '' מסבירט ער זיין געפלאכטענע לאגיק פאר די ראלי באטייליגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 00:48


לויט א ביאגראפיע ביך וואס די דשורנאליסט מייקל טעקעט ווועט ארויסגעבן אויף מיטש מקאנל מיטן נאמען 'די פריייז פון מאכט'.

האט ער געשטיצט די קלאגעס פון דשעק סמיט אויף טראמפ איבער יאנואר 6 זאגענדיג 'ער דארף צאלן א פרייז דערויף'.

עקסטער ווידערהוילט ער אין די בוך אז מקאנל האט שיעור באשלאסן צו שטימען יא אויף די צווייטע אימפיטשמענט, אבער למעשה נישט זאגענדיג אז ס'איז נאך טראמפ'ס טערמין און ער וועט אריבערגיין די יוסטיץ סיסטעם ווי סיי וועלכע אנדערע בירגער.

אויך דערמאנט ער אז מקאנל האט אויך אפגעהאלטן א געהיימע מיטינג מיט די פאקס אייגענטימער מורדאק און זיין זוהן איבער די טעמע אים אפצורעדן פון זיין שטיצע.

די ביכל קומט ארויס אקטאבער 29 , און ס'איז נישט קיין אייגענע געשיכטע'ס נאר מיטן מיטארבעט פון מקאנל.

מקאנל וועט פארענדיגן זיין יעצטיגע טערמין מיטן אפטרעטן פון זיין פירערשאפט פאזיציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 23:56


א לופטפעלד אין ניו זילאנד מיט א נייע געזעץ, נישט זיך ארומנעמען פאר מער ווי דריי מינוט.

אויב מפילט אז מ'ברויך לענגער דארף מען עס טון אין די פארקינג לאט און נישט ביי די ארט ווי מ'לאזט אראפ די מענטשן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 22:19


וועלקאם צו נוק-וואך וואו אלעס קען גיין בום..


נאטא האט אנגעהויבן זייער steadfast noon עקסערסייז וועלכע נעמט אריין נוקלעארע אויסשפיל טעסטן, די פאראיין האט ארום 100 באמבעס גרייט איבער אייראפע, מערסטנס געפונען זיך נעבן לופט באזעס צוליב דעם וואס עס וואלט געווען די מיטל זיך צו באנוצן דערמיט.

רוסלאנד וועט אויסשפילן אירע נוקלעארע מעגליכקייטן מיט באליסטישע מיסלס , די מעטאד וועלכע זיי גלייכן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 22:07


אונז האבן א צוויטער בורטדעי בוי היינט, חוץ פון העריס וואס איז געווארן 60 ווערט ביבי נתניהו 75 היינט נאכט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 20:11


די וועסל סטרוקטור אין די האדסאן יארדס מאנהעטן וועט זיך צוריק עפענען נאך דריי יאר זיין פארשפארט.

עס איז פארמאכט געווארן צוליב פילע מענטשן האבן זיך גענומען די לעבן, יעצט האט מען געמאכט א אפדעיט, נעצן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 19:55


די צפון קארעא סאלדאטן באקומען זייער רוסישע מונדירן.

ס'איז שוין נישט באריכטן נאר א באשטעטיגטע פאקט אז טויזענטער צפון קארעא סאלדאטן ווערן געשיקט אויף די פראנט ליניעס אין אוקריינא.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 19:28


לויט באריכטן איז די THAAD מיסל דיפענס סיסטעם אין מד'י שוין פולקאם גרייט.


@tagliche_news