חיים טעסלער סטאטוס @chaimtesler Channel on Telegram

חיים טעסלער סטאטוס

@chaimtesler


טונד'ס אריין אין חיים טעסלער'ס וועלט פון געלעכטער! הנאה פון הומאריסטישע וויצן טאג טעגלעך.

טרעפט איר זיך אמאל אין א מצב אז איר קענט נוצן א איבעריגע שמייכל אויפן פנים?
חיים טעסלער האט אייך געדעקט!

האלט מיט די פרייד פון קאמעדיע מיט חיים!

חיים טעסלער סטאטוס (Hebrew)

ברוכים הבאים לעולם המרתק של חיים טעסלר סטטוס! כאן תוכלו למצוא את המיטב מעולם ההומור המאורסטי והקומי של חיים טעסלר. לא רק שתצחיקו את עצמכם, אלא תגלו גם שמיכל חדיש על פנים! הצטרפו אלינו לכל טעגלעך נהדרים ותהנו מפרייד על קאמעדיע עם חיים!

חיים טעסלער סטאטוס

12 Feb, 22:34


ס'שנייט קריעיטיוויטי.

.

חיים טעסלער סטאטוס

11 Feb, 20:14


#נאך_א_בעבי_טרענד

#קידוש_צעטל_טרענד

#קריעיטיוו

.

חיים טעסלער סטאטוס

06 Feb, 18:36


ליידיג-אייער'ס...

.

חיים טעסלער סטאטוס

12 Jan, 00:03


משוגע צו ווערן🧨💥

.

חיים טעסלער סטאטוס

01 Jan, 05:25


2️⃣0️⃣2️⃣5️⃣

👉 Happy New Year 👈

.

חיים טעסלער סטאטוס

26 Dec, 03:39


בדוק ומנוסה😂...

.

חיים טעסלער סטאטוס

19 Dec, 00:32


🎁 Chanukah Giveaway Alert!

In honor of the upcoming Yom Tov Chanukah, Chaim Tesler Status is giving away 3 months of Telegram Premium to 5 lucky winners!

Here’s how to enter:
1️⃣ Follow the channel if you haven’t already.
2️⃣ Like this post.
3️⃣ Share this message with a friend and comment below why you love this channel!

The winners will be announced on the first night of Chanukah! 🕎

Don’t miss this chance to enhance your Telegram experience. Good luck!


😂https://t.me/ChaimTesler


Stay tuned for more exciting updates!



Chaim Tesler

.

חיים טעסלער סטאטוס

18 Dec, 03:24


דאנאלד מאסק 😂...

.

חיים טעסלער סטאטוס

16 Dec, 23:39


שלא שינוי את לבושם...

.

חיים טעסלער סטאטוס

11 Dec, 03:07


יא יא...
זאג פאר דיין ווייב אז דו ביסט אין כולל...

.

חיים טעסלער סטאטוס

09 Dec, 22:41


איך בין שוין געהייערט.

די ענטפער איז 39, ווער ס'איז מחולק זאל שרייבן אין די קאמענטס פארוואס.

.

חיים טעסלער סטאטוס

05 Dec, 02:05


זאבי'ס מיסיע - קאפיטל ה'


ר' שמעי' זיצט דארט אינגאנצן פארטומלט און צעמישט, און נאך עטליכע שעה כאפט ער זיך אז ס'איז בלויז אריבער געציילטע מינוטן, זיין קאפ האט געדריזעלט פאר שרעק, פון אלעס האט ער נאך געקענט טראכטן, אבער אזוי?

ווא דע העל איז געשען מיט זאבי? ער איז אינגאנצן משוגע געווארן? וואס איז ראנג מיט דעי מענטש? חתונה האבן מיט צוויי ווייבער?

געוואלד! דאס איז דאך חרם דרבינו גרשום! וואס קומט דא פאר?

ס'האט גענומען א וויילע, און די משגיח האט זיך א פיצי בארואיגט, גענוג אויף צו באווייזן זיין פנים אינדרויסן פון זיין אפיס, זיין קאפ האט זיך געדרייט נישט קענענדיג טראכטן וואס האט צוגעברענגט פאר זאבי אנצוקומען צו אזא שפל המצב.

זאבי זיצט אין ביהמ"ד און לערנט פלייסיג מיט זיין חברותא, ווען ער באמערקט פון די אנדערע זייט ביהמ"ד ווי די טיר מאכט זיך אויף, און ר' שמעי' שפאצירט אריין, און זיין פנים פארציילט נישט קיין גוטס...

ער לויפט גלייך צו און פרעגט מיט א געמאכטע זארג: משגיח, אלעס איז אלל רייט? זעהסט נישט אויס מסודר...

ר' שמעי' זאגט אים קום אריין צו מיר אין אפיס, כ'וויל מיט דיר רעדן.

זיי שפאצירן אריין אפיס, און די משגיח הייבט אהן מיט א ווייכע טאן: הער מיך אויס, און נאך איידער ר' שמעי' האט נאר געקענט אויסרעדן א ווארט האט אים זאבי גלייך איבערגעהאקט און אים שטרענג אריינגעקוקט אין די אויגן: עפענען יענעם'ס בריוון איז פונקט אזוי חרם דרבינו גרשום, סא שאראפ.


די גאנצע וועלט איז פארנומען מיט חרם דרבינו גרשום, טראכט א מינוט איידער די פאטשקעסט אין דעי שמיציגע פרשה צו דיינע לשון הרע'ס, רכילות'ער און סתם אזוי באשמוצן מענטשן איז נישט ערגער פון חרם דרבינו גרשום.

א גוטן טאג.



געשריבן דורך: חיים טעסלער

חיים טעסלער סטאטוס

04 Dec, 19:52


זאבי'ס מיסיע - קאפיטל ד'


און אינעם בריוו שטייט אזוי:

בס"ד

טייערע טאטי און מאמי, ווי עטץ ווייסט'ס בין איך שוין אכצן יאר אלט, און איך פאנג שוין אהן אריינצוטרעטן אין שידוכים
...


די משגיח הייבט אהן זיך באלעקן די פינגערלעך, ווי ס'קוקט אויס קומט א בריוו מיט פיינע אינפא, און מיט שפייעכץ אין די קישקעס זעצט ער פאר...

וויל איך ענק קלארשטעלן וואס פינקלעך איך וויל ענק זאלן מיך זוכן...

ר' שמעי' פארטראכט זיך א רגע, אז ער האט טאקע זיין נעקסט דאור נעיבער מיט א געראטענע טאכטער, גאנץ פאסיג פאר זאבי, א לעבעדיג מיידל, זי האט ליב א טשיל פון צייט צו צייט, די משפחות זענען היבש ענדליך, און איז אויבן אויף גאנץ א צוגעפאסטע פאר, זיין קאפ לויפט שוין אז תיקף נאכן אוועקפאקן דעם קאנווערט וועט ער אויפהייבן א טעלעפאן צו זיין טאטע אנצוטראגן דעם שידוך, אבער אדערווייל ליינט ער ווייטער מיט שפאנונג...

איך ווייס אז ס'קען זיך הערן מאדנע, אבער ס'איז א שאד נישט צו זיין אפנהארציג מיט די עלטערן מיט וואס מ'זוכט, אזוי ארום זיך צו שפארן שווערע עגמת נפש וואס קענען נאכפאלגן...

ר' שמעי' הייבט זיך אהן רייבן די אויגן, און א לייכטע פייכטקייט צורינט זיך אויף זיין שטערן, און טראכט צו זיך: וואס גייט פאר מיט אים? פארוואס טוט ער אזאנע מאדנע זאכן? וואס איז ראנג מיט דעי נשמה?

נאך עטליכע מינוטן מאכט ער אויף זיין אויבערשטע לעדל, נעמט ארויס צוויי דריי קלינעקס טישאס, געבט א וויש אפ זיין שווייץ און זעצט פאר מיט צעדרייטע נייגער...

אלזא, בעט איך ענק טייערע עלטערן, און איך מיין עס אמת'דיג, איך וויל ענק זאלן מיך זוכן צוויי ווייבער, איך וויל לירעלי חתונה האבן מיט צוויי פרויען

הצלחה טאטי און מאמי, א גוטן טאג.

זאבי



געשריבן דורך: חיים טעסלער

חיים טעסלער סטאטוס

04 Dec, 06:07


זאבי'ס מיסיע - קאפיטל ג'

זאבי איז נאך איינמאל איבערגאנגען זיינע פלענער, און דאן אנגעהויבן מאכן פעסטע פארשריט...

ער האט זיך געזעצט שרייבן א בריוו, און דאן איינגעקנייטשט דעם פאפיר אויף דריי, און עס אריינגעלייגט אין א ענוועלאופ, געגעבן א לעק די געלע קלעבאכטס עס צו מאכן אביסעלע פייכט, און דאן דאס פארקלעבט, און עס איבערגעגעבן פאר אונזער ר' שמעי' מיט א תמימות זאגענדיג: קענסט עס ביטע אריינלייגן אין פאסט קעסטל?

ר' שמעי' האט איבערגענומען דעם בריוו, און מיט א ווארעמקייט זאגט ער: אוודאי, קענסט זיך רואיג זעצן לערנען מיט דיין חברותא, דיין מגי"ש וויל מ'זאל איבערחזרן די נעכטיגע שיעור, און איך העל שוין זיכער מאכן אז די בריוו קומט אהן צום פאסט קעסטל, און די צוויי האבן זיך געשיידט.

אבער אינעווייניג האבן זיינע קישקעס זיך א לאז געטאן אין פריידיגע געטענץ, און קוים געקענט ווארטן דאס צו עפענען און זעהן וואס זאבי שרייבט, און צו וועם, און געטראכט צו זיך מיט נייגער: ווער ווייסט, אפשר וועל איך געוואויר ווערן עפעס א גוט שטיקל נייעס פון זאבי'ס פריוואטע לעבן...

פון די אנדערע זייט האט זאבי'ס געדערעם זיך געדרייט אויף סאך א שנעלערע טעמפא, ער האט קוים געקענט ווארטן אויף די מינוט וואס די משגיח וועט עפענען דאס בריוו זיינע, און ליינען איר אינהאלט, אוי וועט קומען הייסע צייטן האבן זיינע מחשבות געדונערט.

זאבי האט זיך צוגעזעצט צום גמרא ווי כאילו גארנישט, און ר' שמעי' האט זיך א לאז געטאן צו זיין אפיס, זיך געזעצט אויף זיין באקוועמע בענקל, אנגעצונדן די עיר קאנדישאן, זיך באקוועם געמאכט צו קענען דורכלייענען דעם צעטל מיט א רואיגקייט.

ער פליקט אויף דער ענוועלאופ, גלאט אויס דעם איינגעבויגענע פאפיר, און הייבט אהן ליינען.


געשריבן דורך: חיים טעסלער

חיים טעסלער סטאטוס

04 Dec, 00:37


זאבי'ס מיסיע - קאפיטל ב'

אונזער בחור שמואל זאב קרויס, אדער ווי מ'פלעגט אים רופן: 'זאבי', אלע האבן געוויסט אז מיט אים דארף מען לעבן אין גוטן, ער איז געווען א קלוגע און כיטרע חברה'מאנטע און א לעבעדיג שטיקל, זיין פנים האט קיינמאל נישט פארציילט זיינס א שפיצל וואס האלט אינמיטן אנגעדרייט ווערן, אלס געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געטון וואס ס'האט אים געשמעקט, ער האט גוט געקענט די ישיבה סיסטעם, אבער בעסער געקענט אלע אונטער טירן וויאזוי עס אויסצוקרויזן.

די פאסט קעסטל תקנה האט אים נישט צופיל געשטערט, ער האט סיי ווי געטראפן א וועג אריין אין ישיבה פאר זיינע אנ-ליין באשטעלונגען, און אים איז נישט אנגעגאנגען דאס אז זיינע בריוון ווערן אריינגעלייגט אין פאסט קעסטעל דורך ר' שמעי'.

אזוי איז אנגעגאנגען פאר עטליכע חדשים, און די פאסט קעסטל געזעץ איז ווי געווארן טייל פון די לעבנס שטייגער אין ישיבה.

נאך א שטיק צייט האט זיך ביי זאבי אין קאפ אנגעהויבן אריינגנבענען שטארקע פארדאכטן אז ר' שמעי' בלעטערט אדורך די אלע פריוואטע בריוון וואס מ'געבט אים איבער אריין צו ווארפן אינעם קעסטל.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט געשיקט פאר זיין חבר מענדי א לענגערע בריוו ווי ער האט אראפגעלייגט מיט זאפט די נעקסט לעוועל זכרונות פון ווען זיי פלעגן פארן צו פייף טאונס און פארברענגען געשמאק, אראפלייגענדיג אלע דעטאלן מיט א ברייטקייט, און די נעקסטע טאג האט ער נישט אויפגעהערט באקומען זייטיגע בליקן פון די משגיח וואס האט זיך שווערליך געקענט איינהאלטן פון צו קומען און פארהאלטן זאבי אין פנים דערויף, אז די סוד אז ער קוקט אריין אין די בריוון זאל נישט ווערן אויפגעדעקט פאר די פובליק.

זאבי האט דעסיידעט אז ס'איז צייט צו נעמען הייסע שריט...


געשריבן דורך: חיים טעסלער

חיים טעסלער סטאטוס

03 Dec, 11:27


שפאנענדע געשיכטע בעניני דיומא, געהערט פון איינע פון די היינטיגע באקאנטע בעלי דרשנים, טא ווער ס'קען עס שוין קען דזשאסט ווייטער סקראולן צום נעקסטע טשענעל, אחוץ אויב ווילסטו זעהן וויאזוי איך לייג עס אראפ מיט מיין טוויסט.


זאבי'ס מיסיע - קאפיטל א'

אונזער מעשה האט פאסירט מיט א בחור שמואל זאב קרויס, א היימישע בחור אין עפעס א ישיבה גדולה אין אפסטעיט, (צוליב די סענסיטיווע אינהאלט פון די געשיכטע וועלן מיר האלטן די נאמען פון די ישיבה אין געהיים).

אזוי ווי אסאך אנדערע ישיבות, איז דער ישיבה אויך צוגעגאנגען אויף א אופן פון קאנטראלירן און שטיין אויף די בחורים מיט א שטרענגקייט, אפגעזעהן די פאקט אז די ישיבה איז געווען א 18+ ישיבה, און אויף יעדע פיצעלע זינד וואס א בחור איז באגאנגען אין ישיבה איז ער אויסגעשטאנען דערויף שבעה מדירי גיהנום, און מיט דעם האט זיך די סטעף פארזיכערט אז אזא עולה וועט נישט נאכאמאל געטון ווערן בין כותלי הישיבה.

טייל פון די שריט וואס די איינגעשטעלטע האבן גענומען אנצוהאלטן קאנטראל אויף זייערע בחורים איז געווען אז קיין שום בחור האט נישט געהאט וואס צו זוכן ביים פאסט קעסטל פון וואו אלע בריוון פעקלעך וכדו' ווערן ארויסגעשיקט אדער קומען אריין, אזוי זיך צו פארזיכערן אז קיין איין בחור וועט ח"ו נישט ארדערן קיין טריפענע כלים אנ-ליין, יעדעס מאל וואס א בחור האט געוואלט עפעס שיקן אויף די פאסט פלעגט ער דארפן איבערגעגעבן זיין ענוועלאופ פאר די משגיח ר' שמעי' בלום, און ער איז עס געגאנגען אפדראפן ביי די פאסט קעסטל.

די סטעף האט אבער נישט געוויסט אז דער פאסט קעסטל תקנה וועט איין טאג שווער אויסקלאפן אויף זייער אייגענע הויט.


געשריבן דורך: חיים טעסלער

חיים טעסלער סטאטוס

02 Dec, 02:26


אריינגעשיקט דורך א סובסקרייבער 🙈🙈

.

חיים טעסלער סטאטוס

28 Nov, 19:03


כ'הער...

.

חיים טעסלער סטאטוס

26 Nov, 00:40


Join Chaim Tesler status on WhatsApp.

https://chat.whatsapp.com/GZE3FAVlUj69knzMp3w9uG

חיים טעסלער סטאטוס

24 Nov, 06:45


😢 חב"ד

חיים טעסלער סטאטוס

24 Nov, 02:30


ס'טוט זיך א גע'דזשאב'אכטס פון דזשאב'ס...

.

חיים טעסלער סטאטוס

24 Nov, 00:32


א גוטע וואך😂

.

חיים טעסלער סטאטוס

22 Nov, 18:23


איך וויל אויסדרוקן א הארציגע מזל טוב צו מיין נאענטע ידיד נפשי אייזיק קרויס לכבוד זיין שידוך שליסן.

דער שמחה האט מיך איבערגעלאזט אהן קיין ווערטער אין מויל וויאזוי צו רעאגירן צו אזא אומשאצבארן שמחה.

מזל טוב אייזיק🥳



חיים טעסלער


.

חיים טעסלער סטאטוס

22 Nov, 04:02


די נאמען פון די מעשה איז: די אלטע לאך...

.

חיים טעסלער סטאטוס

20 Nov, 20:37


פי-עם מי וויט עני ליעד'ס.

.

חיים טעסלער סטאטוס

19 Nov, 23:06


.

סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב יְהֵא לָנוּ וּלְכָל יִשְׂרָאֵל

היינט קומט פאר די גרויסארטיגע חתונה פון מיין נאענטע חבר החתן יצחק מאנדל.

א חבר מיט וועם איך האב פארברענגט פריינטליך אהן א שיעור, צוזאמען זיך ענדזשויט און צוזאמען געטשילט.

איך וויל דיר אין די געלעגנהייט וואונטשן אז דו זאלסט אונטערגיין די חופה מיט צוויי רעכטע פיס, דיין לעבן זאל דיר פארן געשמאק און געשמירט, זאלסט קענען אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים, מאכן א באנטש א באנטש געלט און וואס נישט...

איך פערזענלעך האב נישט אויפגעהערט צו מתפלל זיין פאר דיר דורכאויס דעם היינטיגן טאג להצלחת החתן יצחק בן פייגא ניסא לאה, און די באשעפער זאל העלפן אז די תפילת זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

עוֹד יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה וּבְחוּצוֹת יְרוּשָׁלַיִם קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה



מיט הארץ: חיים טעסלער

.

חיים טעסלער סטאטוס

18 Nov, 02:20


נאך א קריעיטיוו צעטל אין בעפארברייטונג צו מיין חבר יצחק מאנדל'ס חתונה.

.

חיים טעסלער סטאטוס

15 Nov, 19:46


גוט שבת...

קרעדיט: מיין חבר פון פוינט וויו מידיע.

.

חיים טעסלער סטאטוס

14 Nov, 22:48


געדענקען צו ברענגן א וירא חומש...

.

חיים טעסלער סטאטוס

12 Nov, 19:38


רחל מאמע רחל 🎶

.

חיים טעסלער סטאטוס

12 Nov, 18:38


https://www.yiddish24.com/analysis/157/116541

ערשטע שמועס אויף קליינגעלט - נייע פאליטישער פראגראם מיט ר' פנחס לייפער

הערט און האט הנאה

חיים טעסלער סטאטוס

11 Nov, 23:19


זייטיגע בענעפיטן!!!

גלעזער = רייניגן דעם אויער.

קאפל = צו ווישן די האר אונטער די תפילין אין קעיס ס'איז נאך נאס.

היט = צו אויסלעשן די ליכט ערב שבת.

ציצית = אפווישן די גלעזער.

פאסיק = די אלטמאדישע מיט די צינגעל צו עפענען שטוב טירן.

שיך = הארגענען שרצים, ספיידער'ס, לעדי באגס, וכדו'.

שאל = פאר א גארטל אין פאל פון נויט.

שליסלען = צו עפענען באקסעס.

מקוה האנטוך = צו בלאזן די נאז. (וועך)

קרעדיט קארטל = צו עפענען טירן.

גאפל = רייכענען אלץ בחור/שנה ראשונה אינגערמאן.

מנחה מעריב = א קורצע ברעיק.

האנטוך = אויסצולעשן די סמאוק דיטעקטער.

א בעט = פאר קינדער צו טאנצן.

בארד און פיאות = צו פיצן די ציינער.

סעפטי פין = ארויסצונעמען ספלינטערס.

טאשן זייגער = ארום צו דרייען שנעל ארום די פינגער.

די אלטע מינע בלויע פעדער'ס = צוריק צו דרייען א טעיפ.

האט קאפ = אינטערטעינמענט פאר כולל אינגעלייט.

קוואדער = אראפצוקראצן סקרעטש לאטעריס.

טישו האלטער ביים ביה"כ = אריינצולייגן גליונות נאכן ענדיגן ליינען.

שווארצע שטיקל אין די היט = ציגרעטל סטארעדזש.

מעטשעס = אראפצופלאשן מיט די נעגל.

.

חיים טעסלער סטאטוס

10 Nov, 20:15


וויכטיגע מעלדונג!

.

חיים טעסלער סטאטוס

06 Nov, 20:20


בארימטע לעגענדארע "קרויס שטריימלעך"
מיט אן ערשטמאליגען 'חידוש'פולען אויפטרעף, ספעציעל 'לייכטע-דויערהאפטיגע' שטריימלעך פאר גוטע פרייזן, וואס זיי וועלן סערווירן אונטער די "ישועה ברענד".

פילע נייע עקספיריענס ערווארטעט אין די שטריימל וועלט, ערשטמאליג צוגעשטעלט דורך קרויס שטריימלעך.


.

חיים טעסלער סטאטוס

06 Nov, 08:20


קאמאלא העריס פראבירט נאך איר לעצטע שאנס צו באקומען די מאמענטום אין לאנד.

.

חיים טעסלער סטאטוס

06 Nov, 07:27


טראמפ ברעכט די וועלטס רעקארד מיט זיין היינטיגע געווינס.

.

חיים טעסלער סטאטוס

05 Nov, 00:04


זעהט אויס אז עס איז דא מער שטימען פון וויפיל מענטשן שטימען.

שטימט??

.

חיים טעסלער סטאטוס

01 Nov, 08:21


צייטליכע דערמאנונג!🤪

.

חיים טעסלער סטאטוס

30 Oct, 13:31


פרישע טרענד

אומאפיציעלע עדס

דריטע שיפמענט

.

חיים טעסלער סטאטוס

29 Oct, 20:41


פרשת נח

פארוואס האט נח נישט געבויט א פארטש אין די תיבה?
ווייל ווען די שכינים פון די אונטערשטע שטאק זענען חיות, לאזן זיי נישט די שכן פון אויבן ארויס בויען...
---
מנהג ביינדאשדארבאן איז געווען צו עסן ביים קידוש שב"ק פרשת נח:
רעינבאו קעיק, מא(ר)בל קעיק, מיט ענעמל קוקיס.
---
די מנהל האט פארהערט אין קלאס און דער אינגל האט מיט קאנפידענס געזאגט דעם פסוק, צֵא מִן הַתֵּיבָה אַתָּה וְאִֹשְתְּךָ דא איז ער סטאק געווארן, וואס איז דאס ’וְאִֹשְתְּךָ?’
דער מלמד האט פראבירט ארויסצוהעלפן די מצב מיטן מרמז זיין, "ס’איז עפעס וואס איך האב, עפעס וואס דער מנהל האט, עפעס וואס דיין טאטע האט, און דו וועסט עס אויך אם ירצה השם האבן”.
אההה!... האט דער אינגל באלד געכאפט ”א הויקער!"
---
וויאזוי ווייסט מען אז די טיר צו נח'ס תיבה איז געווען א געדרייטע טיר אזויווי אין די מקוואות?
עס שטייט, ֹשְנַים ֹשְנַים בָּאוּ אֶל הַתֵּיבָה'...
האט א גבאי פון בית מדרש געזאגט: די וואס כאפן זיך אריין זיי זענען טאקע חיות.
---
פארוואס האט נח נישט מורא געהאט צו עסן strawberries אן באקוקן פאר ווערעם???
ווייל ער האט געהאט צוויי ווערים אין זיין תיבה און ער האט געוויסט וואו זיי זענען.
---
איינער האט זיך היינט באקלאגט צו מיר:
פארוואס האט נח נישט געהארגט די מייזן און די בינען ווען עס איז נאר געווען צוויי??
---
נח האט אריינגענומען 7 כשר'ע אין 2 טרייפענע.
מילע 6 כשרע פארשטיי איך, פאר נח שם אין יפת אין זייערע ווייבער. 2 טריפענע פאר חם מיט זיין ווייב, אבער פארוואס א זיבעטע כשר'ע?

חם האט עס געדארפט כדי צו קענען שיקען די קינדער אין די מוסדות.
---
מיר היינט בייגעפאלן א תירוץ אויף די בית יוסף'ס קשיא: פארוואס עס איז דא אכט טעג חנוכה, פארן ערשטן טאג איז דאך געווען גענוג אויל?
די תירוץ איז אז די ערשטע טאג חנוכה איז א יו"ט אויף די נס אז דער מאן האט ענדליך צאמגעלייגט די סוכה..
---
פארוואס געפאלט פרשת נח אייביג אנהויב זמן?
ווייל די תיבה איז געווען די ערשטע פלאץ וואו מ'האט נישט יעדעם אנגענומען.

חיים טעסלער סטאטוס

23 Oct, 04:22


מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה...

.

חיים טעסלער סטאטוס

15 Oct, 07:32


פרישע טרענד

אומאפיציעלע עדס

צווייטע שיפמענט

.

חיים טעסלער סטאטוס

14 Oct, 19:56


פרישע טרענד

אומאפיציעלע עדס

ערשטע שיפמענט

.

חיים טעסלער סטאטוס

13 Oct, 16:55


פרעזידענט דזשאו ביידען ביי א עפרישיעשאן צערעמאניע פאר זיינע ווארעם הארציגע שטיצער.

#Biden2024

.

חיים טעסלער סטאטוס

10 Oct, 23:01


הארץ רייסענדע שורות געשריבן דורך איינער וואס האט דורכגעלעבט א גאר פיינפולע פרק אין זיין לעבן...

ער פארציילט אזוי...

איך בין געווארן איינגעשפארט אין א קליינע דירה'לע מיט נאך עטליכע צענדליגע פון מיינע חברים, א פיצי הייזקע, מ'האט אונז אריינגעקוועטשט איינס ביי איינס ביז מיר זענען געווארן ממש צאמגעפרעסט, די דירה איז געווען פול מיט לעכער, סיי אין די דאך און סיי אין די ווענט, אזש מ'האט געשפירט יעדעס טראפעלע רעגן, נישט געווען קיין בית הכסא'ס דערינען, די טיר איז געוועזן אויפן דאך און די הענטל איז געווען פון אינדרויסן.

אזוי זעמער געווען אין דעי פיצי חאטקע איינגעשפארט פאר עטליכע טעג ביז איין טאג...

אונז הערן ווי די טיר פון אויבן ווערט געעפענט, מיר האבן אלע געוואלט ארויסשפרינגען, אבער דער וואס האט געעפענט די טיר האט אונז אלעמען אפגעהאלטן, און אנגעכאפט בלויז איינע פון אונז, און ארויסגעשלעפט פונעם דירה אים אנכאפענדיג ביי די צוויי הענט אויף אונטערוויילעכטס, אזש זיינע הענט זענען כמעט אויסגעריסן געווארן פון פלאץ.

דער מענטש וואס האט אים ארויסגענומען איז געווען אנגעטאן אין א שירצל מיט הענטשקעך, און ער האט איבערגעגעבן אונזער חבר פאר א צווייטן, און דער יעניגער האט אנגעהויבן מיט די פייניגונגס מיטלען...

צום ערשט האט ער אים אנכאפענדיג ביי די צוויי הענט אים אנגעהויבן צו דרייען אויף אלע זייטן ווי א ד' מינים סעט און זיינע הענט האבן זיך כמעט ארויסגערוקט פון פלאץ, דערנאך האט ער אים שטייטלעך אראפגעלייגט אויפן ערד, און אים דאן דערלאנגט א געזונטע שטויס, און אים איבערגעגעבן פאר א צווייטן, יענער האט אים בייזערהייט אנגעכאפט, און גענומען א מעסער און ליידער אפגעהאקט דעם קאפ זיינעם.

און אויב האב איך געמיינט אז דא האצעך עס געענדיקט איז עס געווען א מיעוס'ער טעות, יעדע פאר מינוט איז די טיר'ל פון אונזער קליינע חאטקע פון פריש געעפענט געווארן, און נאך א ארעסטאנט איז ארויסגעשלעפט געווארן ביי די צוויי הענט, און אריבערגעגאנגען די זעלבע פראצעדור, ביז זיין לעצטע אטעם.



וואו עס שרייבט מיט ווייטאג:

✍️ כפרה


.

חיים טעסלער סטאטוס

02 Oct, 14:05


די אונטערשטע מעסעדזש אויף חיים טעסלער סטאטוס פון יאר תשפ"ד, צום ווידער זעהן נעקסטע יאר אי"ה.

די ריכטיגע וועג פון צומישן די שטן איז נישט דורך אויסלאזן שופר בלאזן אום ערב ראש השנה, די ריכטיגע וועג צו צומישן די שטן איז:

דורך זיצן אום ערב ראש השנה אין די סוכה, אויף א בענקל ווייניגער פון ג' טפחים, אנגעקליידט אין א פורים פארשטעלאכטס, מיט א לעדערנע שיך אויף איין פיס און קראקס אויף די צווייטע פיס, און עסן א טשיסקעיק אין די פארעם פון א המן־טאש, מיט א פרוכט פלעטער אויפן טיש, און זינגען בר יוחאי אויף די טאן פון די זעקסטע הקפה, מיט א כפרה אויפן קאפ, בשעתן אנצינדן א מנורה וואס איז געמאכט פון מצה, און אין די זעלבע צייט זיך אינטערהאלטן דורך סקראולן די חיים טעסלער סטאטוס.

מיט די לעצטע סטעטוס פונעם יאר קען מען מתקן זיין אלע סטעטוס פון א גאנץ יאר...

.

חיים טעסלער סטאטוס

01 Oct, 22:24


א כתיבה וחתימה טובה

א גוט געבענטשע יאר

א גוט יום טוב

חיים טעסלער

.

חיים טעסלער סטאטוס

27 Sep, 07:44


א מיליאן דאלאר פראגע...

.

חיים טעסלער סטאטוס

23 Sep, 23:15


שווערע לצנות...

.

חיים טעסלער סטאטוס

23 Sep, 21:21


עסקינג פאר עי פרענד...

.