Yiddish Music Lyrics @yiddish_music_lyrics Channel on Telegram

Yiddish Music Lyrics

@yiddish_music_lyrics


Lyrics From Yiddish Song's

• For The Songs:
@Yiddish_Music_Playlist

• Our Exclusive Lyrics Search Bot:
@YM_Search_bot

Yiddish Music Lyrics (English)

Are you a fan of Yiddish music and looking for the lyrics to your favorite songs? Look no further than the Yiddish Music Lyrics channel on Telegram! This channel is dedicated to providing the lyrics from a variety of Yiddish songs, allowing you to sing along and fully appreciate the beauty of the music.

Whether you're a native Yiddish speaker or simply enjoy the unique sound of the language, you'll find something to love on this channel. From traditional folk songs to modern interpretations, there's a wide range of music to explore.

In addition to the lyrics, the channel also offers links to the songs themselves through the @Yiddish_Music_Playlist channel. This allows you to listen to the music while following along with the lyrics, creating a truly immersive experience.

But that's not all - the Yiddish Music Lyrics channel also features an exclusive Lyrics Search Bot, accessible through @YM_Search_bot. This bot makes it easy to find the lyrics to a specific song or artist, saving you time and effort.

So whether you're a long-time fan of Yiddish music or just discovering it for the first time, the Yiddish Music Lyrics channel is the perfect place to explore, enjoy, and engage with this rich musical tradition. Join us today and start discovering the beauty of Yiddish music through its captivating lyrics!

Yiddish Music Lyrics

28 Nov, 17:48


די בארימטע זעמל סטאטוס געפינט זיך שוין אויף די טעלעגראם קארידארן!

סיינט אייך יעצט אויף צו באקומען אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ!

🔗
https://t.me/ZemelVIN

Yiddish Music Lyrics

25 Nov, 20:28


Subscribe To The Mefoar Judaica 'WhatsApp Status' To Receive Exclusive Content And Updates!

Don't Miss Out! Sign Up Now!

🔗
https://wa.me/message/CNJJOUKK5VKPI1

Yiddish Music Lyrics

20 May, 15:27


Subscribe To The Mefoar Judaica WhatsApp Status To Receive Exclusive Content And Updates!

https://wa.me/message/CNJJOUKK5VKPI1

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 פועל ישועות
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


איך פאָר דארט אינדערווייטן
צו די פופציג שטאַטן
שאפן געלט לשמחת בני.
געווען איין קורצן פרייטאג
דער שבּת איז פרי-צייטיג
מיין קאַר געבליבן שטעקן ערגעצוואו.

א פרעמדע געגנט איז-עס
איך זוך עפעס מזוזות
א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען.
מיט מיין רענצל, מיינע זאכענעס
טרעף איך דארט א מכניס
אורח, וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען.

ער ווייזט מיר אבער 'שנעל'
געקלינגען שוין דעם בעל
'איך גיי שוין אין שוּל', איז זיין קלאגע.
איך צינד מיין שבת פלאמ'ל
איך טוה שנעל אן מיין שטריימל
מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע.

מיטן זאקן, קאפל ווייס
מיטן קאפטן איך גיי אין גאס
יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט.
און שול איך זיץ ביים עק
און מען שיקט מיך גלייך אוועק
א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט.

מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.

ס'איז א טעות בעלמא
כ'בין א פשוט'ער ירושלמי
וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס
אבער ווי מער איך טו זיי ראטן
אז 'אנכי הקטן'
ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות.

איך וועל מודה זיין און שטימען
איך האב גראדע ליב באקומען
דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז.
כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט
האב איך געטראכט מיט רעכט
אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית.

דא געבליבן שטעקן
ווי א צדיק זיך אנטפלעקן
מקיים בין איך לַחֲשׁוב חֶשְׁבּונות.
זיך לאזן פון די טיטלען
דערנאך וועט קומען קוויטלען
וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות.

איי... איך צעפלאם זיך ווי א פייער
מיט א מלאכ'דיגן שלייער
ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם.
איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט
געפראוועט און גע'קידוש‘ט
געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו-תם.

"מנוחה ושמחה..."

***

אינדרויסן א בהלה
תיכף נאך הבדלה
אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ‘ן.
קומען אידן מיט משפחות
נאך עצות און הדרכות
פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען.

א מלווה מלכה א וואש
נאר פאר דעי מיט א טאש
איך זינג און טאנץ, און גיב אויך כוס של ברכה.
ביז אינמיטן די נאכט,
דארטן פארבראכט
און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה.

איך שטיי שוין ביי די טיר
דער בעל אכסניא קמט צו מיר
מיטן אשת חיל און א קינד.
זי פלאצט אין א געוויין
אונזער קינד איז זייער קליין
און איז לעצטענס זייער נישט געזונט.

פאר א יעדן, ברכות טיילסט
דו בעטסט, בענטשט, און היילסט
און דא איר פאקט זיך שוין די פעק.
וואו גייט איר ארויס
רבי, היילטס אים אויס
און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק.

צעלאזט ווערט מיין רחמנות
א קינד מיט שווערע סכנות
ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק?
ווען איך ווייס דאך אזויפיל
איך האב בלויז געשפילט א שפיל
איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק.

איך מאך צו מיינע אויגן
איבער'ן קינד געבויגן
אוי באשעפער, וואס האב איך געטון?
איך בעט דיך טאטע טייערע
צערייס זיי די גזירה
אויב נישט פאר מיר, טו עס פאר מיין זוהן.

איך האב עס אמת'דיג געמיינט
איך האב באמת מיטגעוויינט
'א גאנצע רפואה, כ'זאג אייך צו.'
און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער
א שטערקערער געזונטער
קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי.

אן אמת'ע געוויין
א תפילה עכט און ריין
קיין חילוק וויאזוי, ווער און ווען.
איז העכער אלע וויצן
אויסהיילן און באשיצן
זיך אליין, און יענעם, עס קען!

מנוחה ושמחה – א ישועה מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 ר' זונדל
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


"מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט
זיצט ביים אלטן מאשינדל.
אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל.

קוים פרנסה פון דעם ער טרעפט
עס קלעקט אויף ברויט און רינדל.
מיט חובות גרויס איז פול די העפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל."

א שטילער איד פון זיך גארנישט מאכט
קליינווארדיין איז זיין שורש
פון טאטע, מאמע, ברידערלעך אכט
געבליבן דער איינציגער יורש.

מענגעלע זעט א בחור'ל עכט
פיפיג ארויס פון חדר.
Ich kann dich benutzen,
געשיקט אויף רעכט
נייען נאצישע קליידער.

אריבער דעם ים צו דעם גאלדענעם לאנד
א לעבן וואו אלעס איז גוט.
קלייבט אויס אן ארבעט וואס אים איז באקאנט
די פאך פון קלייד און שניט.

ער פלאגט זיך גאר שווער, דאך ער זעט נעבעך שאדנס
פארט ביים דאווענען פארגעסט פון די שטאפן.
ער שלעפט ערב שבת אראפ זיינע לאדנס
כאטש יעדער האלט עס אפן.

"מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט
זיצט ביים אלטן מאשינדל.
אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל.

א שמייכל, א רואיגקייט, ביי אים מען טרעפט
און אזוי איז ער מגדל זיין געזונדל
מיט תמימות גרויס איז פול די העפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל."

איין גרינעם דינסטאג ביי מנחה ער דאווענט אין זיין
סידור דעם אלטן דעם געלער,
אין שול ערשיינט א רעגירונג'ס מאן
און זוכט אויף 'זונדל דער טעילאר'.

לויף צום געשעפט, עפן אויף דיין טיר
מיין אויבערהאר וויל מיט אייך שמועסן,
דרינגענד וויל ער א מקח מיט דיר
אויף מיליטערישע בגדים שליסן.

ר' זונדל ער ווייזט אים "אהא, נא נא..."
דו זעסט נישט איך האלט אינמיטן דאווענען,
איך וועל זיין אין געשעפט ביז א האלבע שעה
געשעפטן, דאן, וועל איך פראווענען.

צעמישט און געפלעפט גיבט דער מאן צו פארשטיין
.... אן אָפפ'ער איינמאל אין הונדערט דורות,
איר קענט שליסן א מקח מיט אמעריקע אליין
ר' זונדל ענטפערט אים "נא, נא... פיטום הקטורת..."

ר' איד, דאס איז נישט קיין קינדערשפיל
איר קענט אלע חובות אפווישן,
איך פרעג אייך נאך איינמאל, צי ווילט איר דעם דיעל?
אדער גיי איך צו א קאמפאטישן.

ס'אן אוצר פון געלט, צי פארשטייט איר דעם פאקט
טוט דער מאן נאך איינמאל באטאנען.
איר ווארפט אוועק א רעגירונג'ס קאנטראקט
מ‘רעדט דא פון שווערע מיליאנען.

ר' זונדל ער ווייזט אים "אהא, נא נא..."
אין בין אין מיינע תפילות מכוון-יעצט.
אשרי יושבי ביתך
אין געשעפט גיי איך באלד. איך דאווען-יעצט!

שמונה עשרה ער טרעט,
ער ענדיגט זיין געבעט
און רואיג אין געשעפט ער גייט צוריק...!

”מיט פאדעם און נאדל
די קנעפעלעך באהעפט
נאכאלץ ביים אלטן מאשינד'ל.
א שיינענדער גלאנץ
אין די אויגן מען טרעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 אנדערש
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


איך ווייס אז איך בין אנדערש, איך זעה ווי דו קוקסט מיך אָן
איך ווייס איך בין באגרעניצט, און איך קען נישט אלעס טאָן.
מיר זענען אבער די זעלבע, נאך סאך מער ווי דו מיינסט
קוק אריין אין מיינע אויגן, און זאג מיר וואס דו ליינסט.

איך האב פונקט ווי דיר א נשמה, אריינגעשטעלט אין פלייש און הויט
נאטורן מיט געפילן, און מיין בלוט-קאליר איז רויט.
איך האב חלומות. איך האב רצונות. איך שפיר ווייטאג און אויך גליק
מיר זענען נישט צופיל אנדערש. הער מיך אויס און קוק.

"איך בין פרייליך ווען ס'איז גוט, און איך וויין ווען ס'טוט וויי
איך האב ליב א הייסן שאטן, און אויך שפילן אין די שניי.
איך האב ליב צו הערן זינגען, און איך גלייך א קאמפלימענט
און איך שפיר זיך פארזיכערט ווען מען כאפט אָן מיינע הענט.

איך האב אזויפיל וואס צו זאגן, און נאך א לאנגן וועג צו גיין
איך זוך שוץ און רואיגקייט. איך וויל נישט זיין אליין.
עס קלאפט אין מיר א הארצעלע, וואס גייט אויס מען זאל עס פארשטיין
צי זענען מיר צופיל אנדערש? - איך מיין, אז ניין."

נעקסטע מאל דו זעסט מיך, מיטן חסרון וואס איך בין געבּענטשט
קוק מיך אָן די זעלבע ווי דו קוקסט אָן יעדע מענטש.
הער מיך אויס, און רעד צו מיר, כאטש ס‘איז שווער צו פארשטיין מיין שפראך
און לערן אויס דיינע קינדער צו טוהן די זעלבע זאך.

נאך פריינדשאפט און אייניגקייט, מיר לעכצן אלע נאך דעם
רוף מיך ביי מיין נאמען און נישט ביי מיין פראבלעם.
ווייל קיין חילוק מיינע מניעות, מיין פארשטאנד, און מיין אויסדרוק
מיר זענען נישט צופיל אנדערש. הער מיך אויס און קוק.

"מיר אלע שמייכלען ווען ס‘איז גוט. און מיר וויינען ווען ס‘טוט וויי
מיר האבן ליב א הייסן שאטן, און אויך שפילן אין די שניי.
מיר האבן ליב צו הערן זינגען, און מיר גלייכן א קאמפלימענט
און מיר שפירן פארזיכערט ווען מען כאפט אונז אָן די הענט.

מיר האבן אזויפיל וואס צו זאגן, און נאך א לאנגן וועג צו גיין
מיר זוכן שוץ און רואיגקייט. קיינער וויל נישט זיין אליין.
עס קלאפט אין אונז א הארצעלע, מיר גייען אויס מען זאל עס פארשטיין
צי זענען מיר צופיל אנדערש? - איך מיין, אז ניין.

צי זענען מיר דען צופיל אנדערש? - איך 'ווייס', אז ניין."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 מוחל
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


ער האט זיך געיאגט
זיין טאכטער ער טראגט
צום דאקטאר ער זאל איר כימא געבן.
זי זיצט נעבן אים
און טאקע פארדעם
דרייווט ער שנעל צו שיצן איר לעבן.

באמערקט נישט אז פארנט פון אים, א באס שטעלט זיך אפ
און קליינע קינדער קומען פון חדר אראפ.
ער פארט אריין מיט שנעלקייט, זיך נישט געכאפט
און א קליינע אינגעלע אראפגעקלאפט.

***

א צער א טאָטאַלע
די געוויין פון אלע
וואס טוען די מיטה באגלייטן.
א פאליציי אפיציר
קלאפט אויפ'ן טיר
פון דרייווער, און בינדט אים אין קייטן.

ער ווערט ארעסטירט אויף מערדעריי
די גאנצע גאס פון פענסטער קוקן זיי.
די טאכטער זיינע קען נישט קומען צו זיך
מיין טאטע איז שולדיג, וועגן מיך!

***

עס קומט אן די זמן
מען ברענגט אים אריין
אין געריכט-הויז, מיט די תפיסה קליידער.
זיצט דארט יעדער צוזאמען
אויך די טאטען און מאמען
וואס האבן פארלוירן זייער קינד נאך חדר.

זייערע אויגן רויט פון שלאפלאזע נעכט
יעצט קומט א פּסַק געאורטיילט מיט רעכט.
דער שופט גייט דעם מערדער אט אנקלאגן
אבער דער טאטע פונעם אינגעלע וויל עפעס זאגן.

***

די ווענט וויינען מיט
דער טאטע ער טוט
אויסשרייען זיין טיפע קלעמעניש.
וואס האסטו געטון
צוגענומען מיין זון
צו א פלאץ פון וואו צוריקברענגען קען-מען-נישט.

ער שרייט מיט טרערן: 'שופט הער מיך אויס
איך בעט דיך, 'לאז אים ארויס'.
וואספארא טובה וועט זיין פאר מיין קינד'ס נשמה
אז איך שיק א מענטש אין תפיסה בלויז פאר נקמה.

עס ברענגט נישט צוריק מיין קינד פונדערווייטן
פונקט ווי איך דארף מיין קינד, דארף א קינד איר טאטן.
גענוג אז איין שטוב איז צובראכן, וואס דארף מען צוויי?
איך בעט דיך שופט, לאז אים פריי!'

***

נאס זענען אלע געזיכטער
אפילו דער ריכטער
פארווישט א טרער וואס פאלט אומגעבעטן.
די טאטעס גיבן זיך די הענט
עס וויינען די ווענט
דער נאסער שופט טוט אויפטרעטן.

איך בין א איד, און איך וועל זיך צום וועג אומקערן
ווייל איך האב נאך אזא ותּרנות קיינמאל געזען.
זיי מיר אויך מוחל, טאטע, בעט ער מיט טרערן
אזויווי דער טאטע האט מוחל געווען.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 יעקל מלמד
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


ר' יעקל סאמעט - א מלמד
מחנך תלמידים אין קלאס
חזר'ן און טייטלען - נישט בטל'ען
א רגע, חלילה וחס.
דערפאר איז א וואונדער - ביי די קינדער -
אז דער רבי גייט ארויס אין האל
בלייבט שטיין ביים שוועל
ער הייבט אויף זיין סעל
און מאכט גאר א טעלעפאן קאל.

דער מנהל ער זעט אים - און בעט
אים דו ביסט שוין דא דרייסיג יאר
און לויט ווי איך קען דיר - ס'ברענט דיר
ביטול תורה אפילו א האר.
פרעגן איך מו-דיך - א שידוך?
צו חלילה איז איינער אוועק?
וואס איז דער באדייט
צי איז אלעס אל-רייט
ווייל דו קוקסט אויס בלאס פון שרעק.

מיט א רואיגן שמייכל ער מאכט עס אוועק מיט דער האנט
ס‘איז מאנטאג פאר פסח, און איך האב מיך פלוצלינג דערמאנט.
אז אין שטוב אנגעזאגט האט מען מיר
צוריק מיט אפאר טעג פריער
אז מאנטאג פאר פסח ווארפט מען די אלטע שטאפיר.

שוין דרייסיג יאר
איך שפּאָר אפ געלט אין דער זייט
שווערע אלפים
עס ליגט אין אַן אלטן כאלאט.
און קיינער פון דעם האט געוואוסט
אהיימקלינגען האב איך געמוזט
כאטש ביטול תורה האט מיר בכלל נישט געגליסט (ניין ניין ניין)
איך האב געבעטן אז מ'זאל דעם כאלאט'ל נישט ווארפן אין מיסט.

אהא! זאגט דער מנהל
ס‘איז א יוצא מן הכלל
ביטול תורה איז נישט חל
ווייל איר ראטעוועט דעם פאל
א פארמעגן אבנארמאל.

ר' יעקל מיט א שטראל
ענטפערט מיט מאראל
איך ראטעווע נישט, ווייל
די כאלאט מיט די מאטריאל
ליגט שוין לאנג אין אפּפאל
אין א טרעקל ווייטע מייל
איך האב גערופן צי שפעט פערצופאל.

אבער זייט מיר מוחל מנהל... יעצט איז
שוין טאקע ביטול תורה...
איך דארף צוריקגיין אין קלאס...
"אמר אביי, קינדערלעך..."

***

דער מנהל דערהייבט-נישט און גלייבט נישט
עפעס איז דא קאפויע
האסט פארלוירן, ר' יעקל - יעדן שקל
און גייסט ווייטער כאילו לא היה.

ר' יעקל אפוואשט-עס - מיט פשטות
איך בין בכלל נישט קיין העלד
ס‘איז א פראבלעם - אבער פאר דעם
קומט מען אראפ אויף דער וועלט.

זיינע אויגן גלאנצן - און טאנצן
דערציילנדיג זיין סוד'ל
דערמאנען זיך טו-איך - מיין משגיח
דער באקאנטער ר' גד'ל.

ער פלעגט איינזייען - און שרייען
אז אין לעבן דאס הארץ אמאל קרענקט
דער בורא וועט געבן - א נסיון אין לעבן
קינדערלעך מיינע, געדענקט.

די גאנצע תכלית פארוואס מען קומט אויף דער וועלט
איז פאר איין שווערע נסיון צו ווערן געשטעלט.
אין די איין רגע איין
וועט עטס דארפן מחליט זיין
אויב מען וויל זיך פארלירן אדער דאס בייצושטיין.

היינט האט מען מיר אויסגעקליבן פון הימל צו זען
לאמיר אויסזעקלן יעקל'ן, און וואס וועט געשען?
א ריזן פארלוסט האב איך
אבער איך האב באשלאסן ביי מיך
פארלירן געלט, אבער נישט פארלירן.... זיך!
נסיון! נסיון! נסיון!
איך בין שטערקער ווי דיך!!!

אהא! זאגט דער מנהל
איר זענט א יוצא מן הכלל
דעם פולסטן הסכמה איך גיב-עס.
די טיר ווערט פארקלאפט
שטיין דארט ער בלייבט
זיינע אויגן ער רייבט
מיט רגש וואס טרייבט
מיט עהרע געזאפט
יעצט האט ער זיך געכאפט...

פארוואס מלמדים הייסן רבי'ס!


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 לכך
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל אַהֲרֹן קְרַב
אֶל הַמִּזְבֵּחַ
קום צו גיין.
אהרן שעמט זיך, כבוד נישט איך דארף
איך בין דאך איינפאך
פשוט קליין.

מיין יעדע פעולה
איז אויף א וועג א שטילע
איך זוך נישט קיין גדולה
קיין כבוד קיין רכוש.

דאס ליבט דער קל שדי
און דיר איז ער מזכה
דו ביסט די גרעסטע טאקע
ווייל דו זוכסט עס נישט!

"לכך לכך לכך
דיין פשוט'ע שפראך.
לכך לכך לכך
דו זוכסט נישט קיין שבח.
לכך, נאר לכך
ביסט איידל און איינפאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.

לכך לכך לכך
דו רעדסט נישט קיין סאך
לכך לכך לכך
דו מיינסט אז דו ביסט שוואך
לכך, נאר לכך
דיר איז וועם איך גלייך
לכך לכך לכך – נבחרת."

וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל אַהֲרֹן קְרַב
למה אתה בּוש
קום צו גיין.
די נענסטע מענטשן וואס דער בורא דארף
מאכן קיין גערויש
נאר זענען קליין!

די פאזיציע אנטראג-עס
פאר אידן מיט הנהגות
מיט גרויסע השגות
וואס קיינער ווייסט פון דעם.

די מענטשעלעך די קליינע
מיט הערצער, מוחות ריינע
די גרעסטע שעצונג מיינע
האב איך דייקא פאר אים.

"לכך לכך לכך
דיין פשוטע שפראך.
לכך לכך לכך
דו זוכסט נישט קיין שבח.
לכך, נאר לכך
ביסט איידל און איינפאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.

לכך לכך לכך
מיין טיר איך אויפמאך
לכך לכך לכך
דו ביסט הייליג און רייך
לכך, נאר לכך
דאס איז די אורזאך
לכך לכך לכך – נבחרת."

דער הייליגער דגל זאגט נאך פונעם בע"ש, זיין סבא קדישא
לכך נבחרת מפני שיש לך יראה ובושה.
דער הייליגער שפת אמת זאגט אט די זעלבע המצאה
דו קוקסט אויס, אין דיינע אויגן, כמי שאינו ראוי.
געדענק, לפיכך נבחרת, טאקע לכך
הקב"ה אוהב את הענוים והשפלים ברוח.

"לכך לכך לכך
געדענק איין זאך
לכך לכך לכך
דו האסט קיין פארגלייך
לכך לכך לכך
ביסט ראוי צו דעם פאך
לכך לכך לכך – נבחרת.

לכך לכך לכך
קום ארויף צום אויבערפלאך
לכך לכך לכך
ביסט הויעך ביזן דאך
לכך לכך לכך
גיי אן און דערגרייך
לכך לכך לכך – נבחרת."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 אנשים כמלאכים
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


געזען האב איך א איד וואס וויל אן אתרוג זיך פארזארגן
ער קומט צו צו מיר און פרעגט אויב געלט איך קען אים בארגן.
איך גיב אים הונדערט דאלער אזוי זאגנדיג
קויף דיר אן אתרוג, פאר יום-טוב דיר א גליק.

צוויי שעה גייט אריבער ער קלאפט מיר
אויפ'ן טיר
צוויי א האלב דאלער ער קערט צוריק פאר מיר.
געגעבן האסט מיר הונדערט, אן אתרוג זאל מיר זיין
דא האסטו די רעשטע, ווייל דאס איז שוין נישט מיין.

א צווייטער איד דערציילט, ביי מיין טאטע אין געשעפט
א גנב מיט א מעסער נעמט דארט וואס ער טרעפט.
צירונגען, דימאנטן, אויף 47 סטריט
יענע נאכט קלינגט אים
א פרעמדער, רייכער איד.

איך האב געטון א שידוך, גיב מיר וואס דו האסט
גענומען וואס ס‘איז דא, און א טשעק איבערגעלאזט.
מיין טאטע כאפט זיך שפעטער, קיין קינדער יענער האט
געוואלט נאר אים מפרנס זיין בדרך כבוד.

"אנשים כמלאכים
די פשוט‘ע אנכי עמכם.
וואס זענען מיט די העכערע דרכים
למעלה מעשרה טפחים.

קיין גביר, קיין רב, קיין חכם
אנטלויפט פון לויב און שבחים.
א דוגמא פון בני מלכים
אשר בחר בכם."

אין מיין געשעפט פון זילבער קומט א איד פון גאס
ער ווייזט מיר אויף א לייכטער און פרעגט מיר אויף די פרייז.
געווען איז דארט פארנומען. איך האב ניטאמאל געקוקט
"עהה.. פינף-טויזנט דאללער" - איך ענטפער שנעל צוריק.

ער לייגט אראפ דאס געלט און זאגט צו מיר איך נעם-עס
איך וויל עס אים איינפּאַקן, און איך זעה דעם אמת.
די לייכטער איז דאך ווערד צוואנציג-טויזנט מער
איך גיב עס אהין, כאטש ביטער שווער.

א ווארט איז א ווארט, די טעות איז אויף מיר
די נעקסטע אינדערפרי, אבער, דער קונה ווארט ביים טיר.
נעכטן ביים פארקויפן די לייכטער פונעם שענקל
האב איך באמערקט אויף דיר א קליינע קווענקל.

א טעות מיט דער פרייז? איך באצאל דיר שוין זאפארט
איך שריי אבער ניין, מיין ווארט איז א ווארט.
דער קונה שרייט 'איך וויל געבן'... דער מוכר שרייט 'איך וויל נישט נעמען'...
דער שרייט 'נעם', און דער שרייט 'ניין'...
(דער שרייט יא, דער שרייט ניין...)
צו קען דער איינער שאצן, וועלכע פון די צוויי 'קליינע' זענען גרעסער?
מחלוקת אזעלכע מאכט די וועלט פיל בעסער.

"אנשים כמלאכים..."

איך מוטשע זיך שוין וואכן,
נישט טרעפנדיג קיין דזשאב
איך בין ביטערליך פארשעמט,
און איך רעד איין פאר מיין ווייב.
איך ארבעט דארט און דארט,
אזויפיל געלט מען מאכט
ארויס בין איך צופרי
און אהיים בין איך ביינאכט.

אריבער א וואך צוויי,
ס‘דארף אנהייבן שטימען
זי פרעגט ווי קען זיין?
קיין טשעק איז נישט געקומען.
איך שטעל אן א פנים
ווי איך ווייס אויך נישט פארוואס
זי הייבט אויף א טעלעפאן
און רופט אן מיין בעל הבית.

איך הייס אזוי און אזוי,
מיין מאן ארבעט ביי אייך
באצאלט אבער האט איר
אים נאכנישט פאר זיין פאך.
ער זאגט איך פארשטיי נישט,
איך ווייס נישט וואס איר רעדט
פאררעכטן דעם טעות שוין יעצט מ'וועט!

ער ארבעט זייער פיין, איר האט א גוטן מאן איך שיק שוין ארויס דעם טשעק, באזארגט זאלט איר נישט זיין.
אפאר שעה שפעטער זעה איך ווי ער קלינגט מיר אריין
ער לאזט מיר א מעסעדזש... "די פאזיציע איז דיין".

"אנשים כמלאכים..."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 וואלאנטירן
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


טאג און נאכט מ'זעט זיי לויפן
אויף אזא געטרייע אופן
וויליג אין יעדע שוועריגקייט.
קיינער בעט-נישט, קיינער הייסט-נישט
קיינער זעט-נישט, קיינער ווייסט-נישט
דאך אין פייער מען גייט.

די הצלה וואלאנטירן
ווען נאר עפעס טוט פאסירן
גייען זיי ארויס פון אייגן וועג.
אויכעט שומרים און שמירה
מיט די וואלאנטירן אירע
פיר און צוואנציג שעה און זיבן טעג.

וואלאנטירן אן קיין נעמען
העלפן אידן אין פראבלעמען
פרעגן נישט 'ווען און ווער'.
עסקנים און בעלי חסדים
שיצן אידן פון פחדים
בלויז ווייל א איד גייט שווער.

נישט פאר געלט, נישט קיין דאנק
נישט פאר כבוד און געזאנג
דאך זיי לויפן איבעראל.
ווען איך זעה זיי קומען גייען
הער איך ווי די לעמפלעך שרייען
מי כעמך ישראל.

"קליינע גרויסע מענטשן
מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן.
די וואלאנטירן
וואס טוען מארשירן
הארציג באצירן
אונזער וועלט.

קליינע גרויסע מענטשן
לאמיר זיי דאנקן און בענטשן.
מיט פולן אחריות
אידן געטריי-איז
יעדער פון זיי-איז
דאך א העלד!"

***

טראגן ברענגן פאסאנדזשירן
טוען חסד וואלאנטירן
אן וויסן ניטאמאל ווער יענער איז.
וואלאנטירן פון חברים
לויפן אן קיין שום הסברים
מאכן דיר נאך שפירן אז ער 'מוז'.

טאנצערס קומען שפרינגען
פון מקימי קומט מען זינגען
דער פילט אן דעם ביקור חולים אלעס אָן זיין מקבל פּרס.
עסן טרינקען פארן עולם
ווער דאס איז, ווייסט קיינער אין גאס.

וואלאנטירן אן קיין נעמען
העלפן אידן אין פראבלעמען
גיבן אויף דעם זיך אליין.
טראגן, ברענגן, שלעפן, פירן
זארגן, פרעגן, אינטערסירן
כאטש זיי קענען רואיג זאגן 'ניין'.

דער גייט וואשן, דער גייט קאכן
דער פאררעכט וואס איז צובראכן
שטילערהייט העלפט א אידיש הויז.
דער א מנין ביי א קבורה
אייגן רצון און בחירה
וויאזוי איך הייס?... מאכט נישט אויס.

"קליינע גרויסע מענטשן
מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן.
די וואלאנטירן
וואס טוען מארשירן
הארציג באצירן
אונזער וועלט.

קליינע גרויסע מענטשן
אן קיין פאמפע, גערודער און עטענשאן.
מיט פולן אחריות
אידן געטריי-איז
יעדער פון זיי-איז
דאך א העלד!"
--------
(ס'דא אזויפיל ארגאניזאציעס פון א' ביז ת')
א-ויסגעלאזט
ב-לי
ג-וזמא
ד-אונארס
ה-עלפערס
ו-ויזיטארס
ז-וכן פארלוירענע מענטשן
ח-תונה מאכן אנדערע
ט-וערס
י-ועצים
כ-ל מיני
ל-ייסטונגען
מ-תן בסתר
נ-ירן טרענספלענט'ס
ס-עודות שבת ויו"ט
ע-צות
פ-דיון שבוים
צ-דקות
ק-שרים
ר-פואות
ש-פיטעלער
ת-פיסות

"קליינע גרויסע מענטשן..."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

21 Sep, 21:35


🎧 שטילקייט
🎙 #מאטי_אילאוויטש
💿 השגות
מאטי אילאוויטש


איך טרעט און טרעט – וואו איך גיי און גיי
הער איך דעם געבעט – אזש מיינע אויערן טוען וויי.

פון קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

איך זע דעם טאטען מען שלעפט אוועק
איך זע דער בחור'ל וואס ווערט פארברענט
איך זע די שוועסטער וואס כאפט שלעק
איך זע די מאמע מיט די בעיבי אין די הענט.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

"קליינע מענטשן,
וועם קיינער וועט שוין קיינמאל מער נישט קענען
קליינע מענטשן,
וועם קיינער ווייסט נישט ווער און וואו זיי זענען.
נשמות אומשולדיג ריין
אונטער אַן אָנדענק-שטיין
קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן.
און איך וויין:

ארץ ארץ אל תכסי דמם,
טו נישט פארדעקן
לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן,
ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן.
אונזער פארגאנגענהייט
עס וויינט, עס בענקט, און שרייט
טויב קען מען ווערן
פון דעם וועלט'ס העכסטע שטילקייט."

***

איך ווייס נישט וויאזוי דו הייסט
און איך ווייס נישט פון וואנען דו קומסט
איך ווייס נאר וואו דו גייסט
און איך הער ווי ביטערליך דו ברומסט.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

ס'איז נישט זיי. ס'איז מיך
ס'איז יעצט. נישט אמאל.
ס'איז נישט ברילן, ציין, און שיך
נאר ס'איז כלל ישראל.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

"קליינע מענטשן..."

"ביינער, ציינער, אנדענק שטיינער,
פון מיליאנען אן קיין נעמען
פרעגן, דערוועגן, אזוי ווי מיר פלעגן,
שוין כמעט נישטא היינט פון וועמען.
די שלעכטן, אומרעכטן, וואס פאסירט האט נעכטן,
געוואלט זיי אויך פארברענען
די לעצטע, געשעצטע, אלט-געזעצטע,
אוי אוי וואס געדענקן דעם גיהנם'ן
די קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שוין מער,
קיינמאל מער נישט קענען...."


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

11 Apr, 18:22


https://youtu.be/2o5PDp_PHOw

Yiddish Music Lyrics

04 Nov, 04:36


🎧 בעט מיין קינד
🎙 #לעזער_דייטש #חילי_גענוד
💿 סינגל

כאפסט נישט ניין
ער האט אין אזוי ליב
ער וויל אינז אזוי שטארק געבען
ער ווארט נאר מ'זאל איהם בעטן
עטץ הערסט?

דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

עטץ הערסט?
דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

און ער זאגט
בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

און ער זאגט
בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

דער אויבערשטער וויל אונז געבן השפעות געזונט און לעבן און ער ווארט מיר זאלן אים בעהטן

און ער זאגט
בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

הער נישט אויף בעטן
ווייל איך האב דיר ליב איך וועל דיר געבן


בעהט און בעהט און בעהט
בעהט און בעהט און בעהט
בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

בעהט און בעהט און בעהט
בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

בעהט און בעהט און בעהט
מיין טייער בעהט און בעהט און בעהט
מיין זיסער בעהט און בעהט און בעהט
מיין ליבע קינד

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:27


🎧 אייגן יחוס
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
ליפא שמעלצער

רבי זושא איז מיין זיידע פון מיין מאמע׳ס זייט
פון מיין טאטנ׳ס זייט - דער אורים ותומים
מיין באבע שטאמט פון ראש הקהל פון טאשנאד
א בן אחר בן פונעם דעת פנינים

א יחוס בריוו מיר האבן וואס עס ציט ארויף
עס הייבט מיך אויף - ביז שלמה המלך
מיין זיידן האט דער אושביצ'ער געזאגט דערויף
אז פון אים וועט ארויס קומען דורות הערליך

איך האב דיר ליב פאר ווער דו ביסט
דיין אייגן יחוס נישט אומזיסט
די וועלט מיט שיינקייט שיינסט און גיבסט - דו ביסט

מיין פעטער דארט אין סי-געיט איז דער ראש הקהל
זיין ווייב אין סקול
פירט אן די ווירטשאפט
און מיין טאטע פירט דאס גאנצע סיום הש"ס
אין אונזער גאס
פאליס פאטראל ער שאפט

מיין ראש ישיבה׳ס סעל פאון נומער נאר איך האב
איך זאג דיר גראב
ער לאזט קיינעם רופן

איך האב א זינגער וואס שיקט מיר פריוואט אין באנג
איך הער זיין סאנג
איך גיב מבינות שעות רצופות

איך האב דיר ליב פאר ווער דו ביסט
דיין אייגן יחוס נישט אומזיסט
די וועלט מיט שיינקייט שיינסט און גיבסט - דו ביסט
איך קען איינעם, וואס קען א צווייטן
וואס קען איינעם, וואס קען א דריטן
וואס קען דיר ארלעדיגן א סטיקער
צו פארקן וואו דו ווילסט
ווען דו ווילסט

מיין שוואגערס מחותן איז פון די
ער קען דיר ברענגען א פרישע פי בי עי

אז דו פארסט שנעל אמאל - גיב מיר נאר א קאלל
מ׳וועט דיר אראפווישן דעם טיקעט, אפילו מיט'ן טאלל
הערסט וואס טוט זיך דא?

איך האב דיר ליב פאר ווער דו ביסט
דיין אייגן יחוס נישט אומזיסט
די וועלט מיט שיינקייט שיינסט און גיבסט - דו ביסט

מען דערציילט א מעשה אז א צדיק האט געזאגט
אז יעדער יחוס איז ווי נאך א זערא
און אויב דו פירסט זיך אויף ווי א גוטער מענטש
ביזטו מיט דיין נומער א גרויסע הערא

למשל אויב האסטו צוואנציג שיינע זיידעס
ווי די גוטע אידן,
אז דו פירסט זיך אויך שיין, ביסטו א טריליאנער
אבער אויב חס ושלום איז איינער א זערא
וואס איז יחוס ווערד

איך האב דיר ליב פאר ווער דו ביסט
דיין אייגן יחוס נישט אומזיסט
די וועלט מיט שיינקייט שיינסט און גיבסט - דו ביסט

ביסט אזוי הייליג זיס, אזא מיוחס, פאר ווער דו ביסט.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:26


🎧 פיאסעצנא
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
אברהמ'עלע שפירא

איך געדענק ניטאמאל וועלכע סדרה וועלכע פרשה
אין ביטערן גיהינום אין געטא אין ווארשע
דער זון גייט אונטער
עס קומט א ווינטער
די צובראכענע הערצער קייינער דערמינטערט

היינט ארבייט דער רבי אין שטיוול פאבריק
ס'איז שווער צו געדענקען נאר אפאר מאנאטן צוריק
ביי רבי קלונימוס קלמן
פלעגן מיר זיך פארזאמלען
יעצט די משפחה געשאסן פארבליבן אן אלמן

איך בענק מיין שטעטעלע פיאסעצנא
איך בענק עס נאך, אוי ווי איך שעץ נאר
א שבת קודש
דעם רבי'נס פנים אזוי זיס גלאנצן
ביי די תורות ביי די טאנצן
איך בענק זיך שטארק צום שבת קודש
איך זוך און זוך, דער דייטש ער וואכט
עס איז שבת סוכות די ערשטע נאכט
איך בענק אויף דעם רבינ'ס עילו אושפיזין קדישין
איינער ווייזט מיר פון דורך די שפאלטן
הויך דארט אין בוידעם איז אויסבאהאלטן
די חבריא איז דא לאמיר זיך צוזאמען דערפרישן

די טיר פארקלאפט
די בוידעם געפאקט
דעם קידוש דער רבי הייבט אן
ס'איז נישטא קיין וויין
זיין פנים שיינט
און ער זינגט מיט'ן יום טוב'דיגן טאן

אשר בחר בנו, ורוממנו
טאטע דו האסט אונז אויסדערוועלט
אפילו אין געטא ווען א סוכה,
ווען א חלה א שמחת יו"ט עס פעלט
אינעם פינסטערן שלאכט, דער רבי מאכט
א שהחיינו אז מען האט דעם טאג דערגרייכט
שהחיינו וקיימנו
פלוצלינג א אידעלע דעם רבי'ן אריינגעהאקט
רבי ער שרייט
וואס איז דער באדייט
אין פייער סייווי באלד מען גייט
אויף וואס זאגט מען שהחיינו, און דער גאנצער עולם שווייגט

דער רבי קוקט אין די אויגן די דערשראקענע
דער רבי שפירט די הערצער די צובראכענע
ער זאגט טייערע אידן, דוקא ווען מיר וואנדערן
דוקא יעצט פאסט א שהחיינו זאגן
דו מיינסט דו האסט גארנישט אבער דו טוסט אלעס פארמאגן
לאמיר מאכן א שהחיינו ווייל מיר האבען איינער דעם אנדערן

"און דאס איז געווען דאס לעצטע מאל
וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען
ווייל מ'האט זיי נעבעך אלע ליידער אוועק געפירט אין די פלאמען
אבער דער שהחיינו האט אייביג דערקוויקט מיין גייסט,
מיין אויסגעמאטערטע גלידער
ווייל ווען אפילו ס'איז קיין האפענונג נישט געבליבן,
האב איך אבער אייביג ענק, מיינע ברידער"
איך בין ארויס פון די אַש
פארלוירן קוראזש
א וועלט פארשוואונדן, ווי קען איך אנגיין

געוואלט אויפגעבן
וואס האב איך צו לעבן
אבער כ'האב געוואוסט איך בין נישט אליין

ווייל יעדער יוד אין אים
ליגט אהבת חינם
קיין חילוק ווי נאנט אדער ווי ווייט
מיר זענען ברידער שהחיינו עס איז אייביג די ריכטיגע צייט

ברודער לייג א גלאנץ אין דיינע אויגן די דערשראקענע
קינדערלעך דערפריידט ענקער הערצער די צובראכענע
אידעלע פארגעס נישט אפילו דו טוסט וואנדערען

דוקא יעצט פאסט א שהחיינו זאגן
דו מיינסט דו האסט גארנישט אבער דו טוסט אלעס פארמאגן
ווייל מיר האלטן זיך נאנט מיר האבן איינער דעם אנדערן

שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִּיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:25


🎧 פייגעלע
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
חזקי לאקס

דער קעניג זיצט דארט גרויס און ברייט
אראפ געלאזט טרויעריג און צוגעלייגט
קיינער קען נישט בארואיגן
דעם קעניג'ס געפילן

מוזיקאנטן האלטן אין זייערע הענט
יעדער א צווייטן אינסטרומענט
און באלד אויף זיין באפעל
מ'נעמט זיך שפילן

פלוצלינג פון ווייט מ'הערט א קול
דעם קעניג'ס באפעל שטיל ווערן מ'זאל
א קליינע פייגעלע זינגט דארט זיס און שיין

דער קעניג לעבט אויף
אינגאנצן דערפריידט
מוזיקאנטן איר זענט באפרייט
ווייל פון דעם פייגעלע'ס זיס קול
קען מען דאך צוגיין

ס'איז גארנישט ווערד
פראפעסיאנאלע מוזיקאנטן
וואס זיי טוען פארשטעלן
מיט זייער טאלאנטן
זיי נעמען אין אכט
און אין באטראכט
מיין גרויסע מאכט
וואס איז באוואכט
א וואונדער אז זיי זינגען אזוי שיין?

וואס טוט מיר אסאך ענדערש
ריכטיג אונטערהאלטן
דוקא א קליין פייגעלע
פון ווייטע שפאלטן
ווען זי טוט ברומען, די זיסע שטימען
דאס טוט ביי מיר חן באקומען
צו זינגען פאר מיר אפילו אן פארשטיין

פייגעלע דו זינג ווייטער שיין
אזוי ערליך און ריין
ביים קעניג אליין באקומט עס חן

זינג ווייטער דעם ליד פון שכח
עס ברענגט מיר זייער הויך
עס גיבט מיר כח
עס גייט א רויך

זינג מיר נאכאמאל דעם ליד
און ווער נישט מיד
עס ווארימט אן יעדן גליד
יעדע איינציג תנועה איך הער
עס ווערט נאר שטערקער מער
ווייל דאס ווערט נאר שענער און שענער

דער קעניג פון דער גאנצער וועלט
פאר אים שטייען אויסגעשטעלט
צענדליגער מיליאנען גרויסע מלאכים

יעדנ'ס אויפגאבע איז ערליך
זיי זינגען אזוי שיין הערליך
דעם באשעפער'ס נאמען לויבן מיט שבחים

דער באשעפער אליין מאכט זיי שטיל
עפעס אנדערש הערן איך וויל
זיי פרעגן אפשר זינגען זיי נישט שבחים געהעריגע

זיי פרעגן איידל אויב אונז מעגן
פונעם גרויסן באשעפער פרעגן
פארוואס די זמירות פון עפעס א אידל אין אמעריקא

איז דען גארנישט ווערד דאס זינגען פון אונז מלאכים
פאר'ן גרויסן מלך מלכי המלכים
אונז זינגען מיט מורא, פאר דיר בורא
ווייל אונז זעהען דיין גרויסע אורה
עס ציט דיך דען בכלל נישט די ניגון
וואס טוט מיר אסאך ענדערש ריכטיג אונטערהאלטן
דוקא עפעס א אידעלע אין גלות דעם קאלטן
זיין ערליכע תמימות
איך בארים עס
עס האט דאך אזויפיל נעימות
דאס גיבט מיר אזויפיל פארגעניגן

אידן לאמיר זינגען שיין
אזוי ערליך און ריין
ביים באשעפער אליין באקומט דאס חן

יום שבתון אין לשכוח
צוזאמען זינגען הויך
מיט'ן גאנצן כח
ס'זאל גיין א רויך

כל מקדש שביעי כראוי לו
מנחה ושמחה אור
לבי ובשרי ירננו אל ק-ל חי

ק-ה אכסוף נועם
ק-ה רבון עלם
זינגטס אלע צוזאם
מיט די נשמה פלאם

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:24


🎧 באלעבאס
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
נפתלי הירצקא ראזענבערג

אויפ'ן אקיאן, דער קאפיטאן, דעם שיפל זיין
פירט דורך ווינטן בייזע
קיין ארץ ישראל צילט דער רייזע
דעם צדיק ר' יעקב אויך ער ברענגט אים
באזעצן זיך אין לאנד דעם אויסגעבענקטן

שווערע וואכן, לענדער קאכן, אויסגעבראכן
די וועלט מלחמה אין פוילן
אן אומוועג אינעם ים מ'ווערט באפוילן
פארקירעוועט דעם שיף א שטעגל זייטיג
אנשטאט מיטוואך דער שיף אנקערט ערשט אום פרייטיג

ווילדע וואלן, שפיגלען די שטראלן
ענדליך דארט ביים עק
זעהט זיך שוין דער ברעג
דער שיף צום פארט זי טוט זיך צואיילן

אוי אוי וויי שבת, הייליגער שבת
דער זייגער גייט זיין גאנג
אט פייפט דער שבת קלאנג
דער נאכט כמעט שוין איז צוגעפאלן

קוים קוים געאנקערט, ר' יעקב צעגערט נישט
צום קאפיטאן קערט, דא בלייבן מעג ער נישט
דעם פאספארט זיגל, עפן אויף דעם ריגל
עס ווארט אויף מיר א ליבער גאסט

רענצלעך זעכצן, איך לאז דא ליגן
איך וועל נישט קרעכצן, אז כ'האב אפגעשטיגן
איך וועל נישט זארגן, אויפדערנאכט מארגן
אפנעמען די זעקלעך וואס איך האב פארפאסט

בייזע ברעמען, קוקט אויף אימ'ן
ווייסט פאר וועמען
וועט גיין די פעקלעך פילע?
ס'איז מלחמה צייטן נישט סטאבילע

מיט שטאלץ זיין ענטפער איך וועל טון נאר דאס
דעם רצון פון דעם גרויסן באלעבאס

אויפגעלייגט, פון שיף אפשטייגט, א טעקסי הייקט
צום שטאט מיט הוט און רעקל
געבליבן ניטאמאל מיט א קליין זעקל

זיין האב און גוטס בלייבט דארט איז דער באשלוס
טון דעם רצון פון דעם באלעבאס
במצוות שבת, ק-ל יחליצך
ס'גייט מיר גארנישט אן וואס טוט זיך
מיט שמחה טאנץ און שוויץ איך
פון באלעבאס באקום אלס נאר גוטס איך

מִזְמוֹר, מִזְמוֹר שִׁיר, מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַּׁבָּת
טוֹב לְהֹדוֹת, וּלְזַמֵּר וּלְזַמֵּר לְשִׁמְךָ עֶלְיוֹן

א גוטע וואך, מוצאי ביים צאת
טראכט אפשר דאך, נאך א מעת לעת
געבליבן עפעס נאך, בדרך נס
און יעדער זאגט צו אים: פון דעם פארגעס!

דער הימל שווארץ, שרעקט דאס הארץ
"העי – ווארטס!"
דער שטילקייט דורכגעשניטן
"איר מוזט זיין מר. דשעיקאב – א גוטן"
אט ליגן אלע זעק און פעק גלייך דא
איך ווארט שוין אויף דיר זעקס און צוואנציג שעה

דיין ריזיקירן, אלס פארלירן,
געטון שאקירן, מיינע אפיצירן
און אלס שומר געטון מיך נאמינירן
געווארנט צו קיין איין זאך נישט צורירן
און אלס איז דא, חתמ'ע נאר די פאפירן

אט טוט ער שפירן, דעם מזמור שיר'ן
ווייל א איד דארף נישט אויספירן,
נאר גוטס אינוועסטירן
דער באלעבאס וועט דיר נישט איגנארירן

קענסט קאנטראלירן, דיינע אויפפירן
טו זיך אידענטיפיצירן, כל גויי הארץ יכירון
אפילו דער גוי וועט דיר נאר רעספעקטירן

דארפסט נאר אביסעלע - פרובירן
דאס הארץ א גיס'עלע - וועט גוטס פאסירן
אט דער שליסעלע - עפנט טירן
דער באלעבאס וועט מיט דיר אלס שטאלצירן

און זינג
מִזְמוֹר, מִזְמוֹר שִׁיר, מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַּׁבָּת
טוֹב לְהֹדוֹת, וּלְזַמֵּר וּלְזַמֵּר לְשִׁמְךָ עֶלְיוֹן

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:23


🎧 שלומי'ס שבת פארטי
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
אברהמ'עלע שפירא

א סעודה לאנג פארזוימט
שוין אויפגערוימט
יעדער האט הנאה געהאט
יושע'לע און עטיל
גוט געקענט דעם שבת צעטיל
ס'איז שבת נאכמיטאג, אזא געהויבענע צייט

זיך אפרוען טאטי וויל, מיר וועלן שפילן שטיל
אלי' איינער קלאפט, שנעל לויף צום טיר
גוט שבת ארי
איך וויל אויך זיין ביי שלומי'ס שבת פארטי
קום אריין ס'איז אויך דא פלאץ פאר דיר!

פּאפּקארן און סאוער בעלטס
אה עס גייט א רויך
גאמי בערס א יעדער קוועלט
ברכות מאכט מען הויך
די ציינער כאפן טשילס פון קעלט
פאר די אייסעס מאמי ש'כח - עונג שבת

דעם זיסן טעם דעם שבת'דיגן
טוען אלע שפירן
און מיט א געשמאקע ניגון
טוט יושע'לע אנפירן
א זמירות נאש קען יעדער קריגן
אוי ווי שיין מיר שעירען - עונג שבת

ניסעלעך און וואטערמעלאן
מ'דארף עפעס געזונט
עטעלע זי טוט נישט וועלן
זי איז דאך פארט א קינד
איר גאנצע כוס, אין איין שאס
אויסגעגאס, א סטעין געלאזט
שבת, עונג שבת

מאמי פּליז איך דארף עס
די ראגעלעך די פרישע
זאג מיין קינד לכבוד שבת
עס ווערט פול מיט קדושה
א יעדער ביס, א זכות
די נשמה איז, צופרידן געוויס - שבת!

קינדערלעך מיר פראווענען
ביי שלומי'ס שבת פארטי
לאמיר אלע דאווענען
אז אט שוין התנערי
מיט אחדות שיין זיך חַבר'נען
אויך יושע'לע און ארי - עונג שבת!

שאלאכץ און רעפערס
רייניגטס כאטש עפעס
א ברכה אחרונה יעדער איז שוין זאט
אלי' לאמיר שפילען שאך
איך בין ווייס און איך גיי גלייך
סי'ז נאר א געים, אופּס! שאך מאט

עס איז שוין צייט פאר חברת תהלים
זינגען שיר המעלות
ר' אשר בער וועט אונז אפשטילן
פרעגן סדרה שאלות
די שיינע מעשיות טוט אנפולן
די נשמה מיט התפעלות - עונג שבת
אויף פרישע לופט מען גייט שפאצירן
איינס צוויי דריי גלחים
פון ספר טוט מען זיך נישט רירן
צו זיין א תלמיד חכם
א מאמע טוט איר קינדער פירן
עס היטן די מלאכים - עונג שבת

שלומי, אלס מיט געפיל
דער קענדי מען ער טיילט
פאר די קינדערלעך אין שול
זייער הערצעלעך דערפרייט
צוקערלעך, געב איך דיך
שטיקעלעך, זאלסטו זיין גליקליך
יעדן שבת

און באלד קומט אן דער גרויסער טאג
דער יום שכולו שבת
דער באשעפער האט אונז צוגעזאגט
ושא נס לקבץ,
אונזער לאוו, ס'גייט ארויף
און מ'האפט, ס'קומט דער סוף
ס'קומט שבת!

קינדערלעך מיר פראווענען
ביי שלומי'ס שבת פארטי
לאמיר אלע דאווענען
אז אט שוין התנערי
מיט אחדות שיין זיך חַבר'נען
אויך יושע'לע און ארי
עונג שבת!

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:22


🎧 בייניש
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
הערשל דייטש

שבת צופרי צווישן די יאפענעזער
שוין דרייסיג יאר זייט מ'האט פארכאפט
זיין קינד שלום אליעזר
אנגעקומען איז ער דא מיט אלע פליטים
דאס הארץ פאר בענקשאפט צוגייט אים

אין שול נאך נישט געווען זייט דעם חורבן אייראפע
אלס באקומען נאך א קלאפ און נאך א קאפע
ער טראכט הלוואי איך האב דעם עונג
א נקמה אינעם ימח שמו'ניק

איי איי איי, אזויפיל יאר פארביי,
וואס איז מיט מיין חלק אלוקי
נישט געהאט דעם געפיל, צו גיין אפילו שבת אין שול
אבער מיין פינטעלע יוד, צום שול עס ציהט
אהין ער שפאנט,
דער רב זעהט עפעס אזוי אינטערעסאנט

א איד אן אלטער, פון זיינע כוחות פאלט ער
ביי די טיר אליין שטייט ער, אן קיין באגלייטער
וואס קען זיין דא, פארוואס קומט ער נישט אריין דא
דער רב אינטערעסירט זיך, קומט אריין ער פרובירט זיך
פארוואס שטייט איר ביים טיר, אבער גארנישט רירט זיך

קוים א ווארט דער אידעלע רעדט אויס
דער רב זאל וויסן זייט די פינסטערע געטאס
מיין איינציג קינד פארכאפט געבליבן בין איך אן עלנדער
פארוואס זאל איך גיין אין שול, פרעגן וועל איך דיר

טייערער איד, די זעלבע גיהנום דורך זענען מיר
איך וועל אייך געבן א זיץ דא ביים באלעמער
נאך שחרית קומט א פיינעם קידוש פאר די "נשמה פלאם"
דו וועסט דיך שפירן באקוועם מיט די קהלה דא צוזאם

שיקטס ארויף די ברוינפן, די זעקס און ניינציגער
לחיים, לחיים, זיינע אויגן ווערן גלאנציגער
נאכן קידוש דער איד וויל שוין גיין, זיין א באפרייטער
דער רב בעט אים מאך נישט יעצט קיין פליטה

מ'גייט יעצט ליינען ס'נעמט שנעל,
ס'איז פון די קלענערע סדרות
אפשר וועט מען מאכן א קל מלא,
די עצה איך גיב דיר עס
פאר אייער בן יחיד'ל אזוי יונג אוועק על קידוש שמו
וועט עס זיין כאטש לעילוי נשמתו

איי איי איי יעמוד מורינו ר',
דער גבאי רופט אויס נאך אן עלי' געב
שלישי חמישי, יעצט דער רב ער באקומט שוין ששי
יעמוד שלום אליעזר בן בייניש,
וואס האב איך געהערט איך פארשטיי נישט
איך בין דאך בייניש,
וואס איז דער קאפ פארדרייעניש

ר' שלום אליעזר, דער רב פון די קהלה איך זעה איז ער
צו ווייסן זיי נישט, אז איך בין דאך בייניש
דער נאמען טוט אין מיין קאפ האמערן,
מיין איינציג קינד אין די גאז קאמערן
און איך בין דאך בייניש,
וואס קען דא זיין אין ערגעץ איך גיי נישט
ער הייבט אן וויינען וירא כי אין איש

ער קוקט און קוקט ער שפירט ער גייט חלש'ן
מיין שלום אליעזר'ל ער שרייט אויס פאר אלע שוין
דער רב קומט נענטער ער פאלט ארויף,
טאטע הערן מיין קול טו
ווייל ראות פניך לא פללתי

שוין דרייסיג יאר כ'בין נישט געווען אין שול מיט זיי
געוואלט זאגן נאך דיר יתגדל ויתקדש שמי'
א שמחה פאר יאפאן און פאר די גאנצע שטאט איז
מיך געברענגט דא אין שול, אזא השגחה פרטית

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:22


🎧 געלאפן אין די גאסן
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
הערשי ראטענבערג, שמואלי גרינפעלד

זאנוויל פארזונקען
אין וועלטל זיין אייגן
שיך מיט שטיוול
און קלאפער געצייגן
ער זעהט נישט די קינדער
קיין צייט נישט צו שטייגן
זעכצן שעה אין שוסטעריי

חצות אבער פרייטאג
די פיין אויסגעמיטן
דאגות באזייטיגט
ווי זיס די מינוטן
ער לייגט דעם שלאס
און מיט פרייליכע טריטן
ער לויפט אין גאס מיט א געשריי

אידעלעך גוט שבת
ברודערלעך גוט שבת
שבת היום לה'
שבת היום לה'
אברהם איינגעטונקען
אין זיינע נכסים
קויפן פארקויפן
מהכא להתם
טראכט פון זיין מענדי
א לעבעדיג יתום
פארטרייבן די מחשבות ער צווינגט זיך

איך וויל זיין א טאטע
נישט נאר א שפייזער
פרייטאג צוועלף מיטאג
די זייגער'לס ווייזער
שפארט אפ דעם אפיס
פארגעסט פון דעי הייזער
אויפ'ן וועג אהיים ער צוזינגט זיך

אידעלעך גוט שבת
ברודערלעך גוט שבת
שבת היום לה'
שבת היום לה'
דער הייליגער
רבי אהרן קארלינער זי"ע
פלעגט זאגן:

ווען איך וואלט געהאט
געהאט כח
וואלט איך געלאפן
געלאפן אין גאסן
און איך וואלט געשריגן
געשריגן הויך

אידעלעך גוט שבת
ברודערלעך גוט שבת
שבת היום לה'
שבת היום לה'

גוט שבת!!

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics

Yiddish Music Lyrics

03 Nov, 19:21


🎧 יענעמס פענסטער
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
ליפא שמעלצער

קען זיך רירן קוים קוים
ליגט ער אין א האום - האום
מער ווי צוויי יאר זייט געווארן בלינד
אבער יעצט א פרישקייט
ערוועקט פון די צומישקייט
עטוואס בעסער,
כאטש נאכנישט געזונט

ווייל יעצט גלייך אנהייב זוממער
אריין געברענגט אין צימער
נאך א בעטל נעבן אים,
נישט סתם א מאן
ווי נאר כ'האב אים באוואויגן
אז בלינד זענען מיינע אויגן
זאגט ער מיר:
פון היינט וועל איך דיין אויגן זיין

אזוי קוקט ער פון פענסטער
די וועטער איז דער שענסטער
נישט צו קאלט, נישט צו הייס
ס'איז אומגעפער צוויי און זיבעציג

היינט איז מער פארוואלקענט
א רעגן גיסט צום פאלק היינט
מיט הענטשקעס פיס און קאלאטשען
און א שירעם-צוג

אזוי גייט יעדן טאג און נוירסינג האום
צום בלינדן אין די אויער אריין רוימט
אויס'משל'ן די גאס אזוי ער טויג
פון שכן געווארן גאר אן אויג
אחר הדברים האלה
איין שבת מער נישט דא דאס קול
דער בלינדער ווארט א וויילע
דער שכן דערציילן עפעס זאל

געטראכט שוין פילע גירסות
זיך נאכגעפרעגט ביי נוירסעס
ביז איין נוירס גענומען האט די צייט
פרעגט דער בלינדער וואו איז
מיין שכן מיט זיין ראיות
יעדן טאג געטראגן האט מיר ווייט

רואיג אדער שרייען
מענטשן קומען גייען
ער האט מיר ארויס געברענגט
דאס בילד

כ'האב פארגעסן מיינע ווייען
אמאל א זון צי שנייען
ער האט צו מיר געהאט אזא געדולד

פרעגט דער נוירס דו ווייסט נישט
אדער דו פארשטייסט נישט
יעדער מענטש פון דער וועלט גייט
ווען עס קומט די צייט

איך זעה דיינע אויגן פליסן
לאמיר זיך דורכשמועסן
אפשר ברענג איך דיר
וואס דו האסט פון אים געהאט
נו, אפשר גיי צום פענסטער
קוק אין גאס
דערצייל מיר צי עס רעגנט נאס,
צי שניי ווייס
פונקט ווי דער איד
פלעגט ביים פענסטער שטיין
געזען אלס פריש אן איבער קייען

טייערער איד
איך מאך אייך נישט צו שאנד
נישטא קיין פענסטער דא,
אויף קיין איין וואנט
איך ווייס נישט
וואס ער האט דיך דערציילט
א פענסטער אין זיין מח
האט ער פאר דיר אויסגעשיילט

אמאל קען זיין פיל פענסטער
און אלעס דאך זיין פינסטער
און כאטש ס'איז א פארמאכטעניש
דאך אין מח אן אויפלייכטעניש

אמאל קען זיין אין שטוב א וואנט,
א פענסטער איז נישט דארט
אבער מיט דיין פאנטאזירן
ברענגסטו יענעם א ליכטיג ארט

מענטשן קענען זיין בלינד
וואס ביי דיר איז שיין ציכטיג
און דו קענסט זיי אויפלייכטן
און ווייזן זיי אז אין הארץ
קען זיין ליכטיג

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics