טעגליכע נייעס +

@tagliche_news


אן אפדעיטעד נייעס טשענעל מיט א אייגנארטיגע שניט.

דעקט אלע נייעס און קרישקעלעך מיט א אריגענעלן בליק, קורץ און צום פינטל. און צומאל א זאפטיג שטיקל אנאליז אויך.

טשעקט'ס עס אויס און האט'ס הנאה!

🔗
@tagliche_news

Contact admin @TN_S_admin_bot

טעגליכע נייעס +

23 Oct, 00:59


טראמפ איז פון די מענטשן וואס האבן די אייגענע פיקטשער אויפן וואל-פעיפער.

עס איז געווען זעבאר אויף א ווידיאו פון די 'נעלק בויס' גרופע אויף א ווידיאו וועלכע זיי האבן נעכטן ארויסגעלייגט פון פליען מיט אים אויף זיין עראפלאן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 23:29


די פענטאגאן לייקנט די באריכט.

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 20:55


ווי וואלט די מאמענט געשריבן..

ינוקא וגביר

בן גביר האט אפגעשטאט א באזוך ביים סאדיגורא רבי ערב הושענא רבה.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 18:16


זעמיר פאפולער !


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 15:02


לויט באריכטן איז די פאראנטווארטליכע פאר די פענטאגאן ליק פון מד'י קלאסיפיצירטע פלענער א פרוי מיטן נאמען אריאנא טאבאטאבי, וועלכע איז א איראנע אמעריקאנער.

זי איז א געוועזענע אקאדעמיק און אריינגענומען געווארן אין דעפענס ווארשיינליך צוליב פאליטישע חשבונות, און ארבעט אונטער די סעקרעטאר פאר ספעציעלע אפעראציעס.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

22 Oct, 03:52


ניווידיע איז היינט ארויף צו א פרישע רעקארד פון $143 און א מארקעט קעפ פון איבער 3.5T מיט א ט'ית.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 23:33


https://t.me/TNelection2024/41


דערמאנונג איבער די אילעקשן טשענל


https://chat.whatsapp.com/IfaOnVor6pVFHmJV2sRfbZ

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 23:15


קאטאר אירליינס האט געוואונען די יערליכע 'סקיירעקס' בעסטע אירליין.

2 סינגאפור
3 עמעראטיס
6 יאפאן
7 טערקיש
9 איר-פרענס
10 סוויס


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 22:33


לויט Newsweek איז דא א 19% שאנס אז טראמפ שפּילט טאקע פוטבאָל פאר די פוטסבורג טיעם !

זיי קריטיקירן זיינס א פאוסט פארן נוצן א פאלטשע AI בילד וואס זייער עי איי דיטעקטארס זאגן אז ס'איז 81% שאנס צו זיין פאלש.

....


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 21:43


די CBS נייעס סטאנציע איז מודה אז זיי האבן געדיט די ענפער פון העריס אויף א אינטערוויו 13 טעג צוריק אויף זייערע 60 minutes פראגראם.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 21:08


מד'י אנפלעקט וואו די כיזבאלא אוצרות געפונען זיך און רופט פאר די לעבענזער רעגירונג עס צו קאנפיסקירן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 16:03


מד'י זאגט אז זיי האבן געכאפט 7ַ שפיאנען פאר איראן וועלכע האבן זיך געדרייט אין חיפה און אין די צפון.

טייל זענען געווען אימיגראנטן פון ארזשאביזשאן און האבן אבזערווירט מיליטערישע באזעס.

צוויי מיינערס און איין דעזערטירטע סאלדאט, און זיי האבן באקומען באצאלט מיט קריפטא.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 00:57


די מאנדעקייט פון פאליטיק שטייגט.

בשעת וואס דער ביליאנער אינוועסטער און שארק-טענק פאנעליסט מארק קובאַן קאמפיינט פאר העריס טראץ וואס אירע פלענער וועלן לייגן די עקאנאמיע אין דערערד לויט אים.

מ'רעדט פון טעקס אויף unrealized gains לדוגמא סטאקס נאך פארן ארויסציען.

ער זאגט אז אויב זי וועט עס טאקע איינשטעלן ווי איר פלאטפארמע לויטערט וועט ער קאמפיינען קעגן איר, ''אבער איך גלייב נישט אז זי וועט עס איינשטעלן '' מסבירט ער זיין געפלאכטענע לאגיק פאר די ראלי באטייליגער.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

21 Oct, 00:48


לויט א ביאגראפיע ביך וואס די דשורנאליסט מייקל טעקעט ווועט ארויסגעבן אויף מיטש מקאנל מיטן נאמען 'די פריייז פון מאכט'.

האט ער געשטיצט די קלאגעס פון דשעק סמיט אויף טראמפ איבער יאנואר 6 זאגענדיג 'ער דארף צאלן א פרייז דערויף'.

עקסטער ווידערהוילט ער אין די בוך אז מקאנל האט שיעור באשלאסן צו שטימען יא אויף די צווייטע אימפיטשמענט, אבער למעשה נישט זאגענדיג אז ס'איז נאך טראמפ'ס טערמין און ער וועט אריבערגיין די יוסטיץ סיסטעם ווי סיי וועלכע אנדערע בירגער.

אויך דערמאנט ער אז מקאנל האט אויך אפגעהאלטן א געהיימע מיטינג מיט די פאקס אייגענטימער מורדאק און זיין זוהן איבער די טעמע אים אפצורעדן פון זיין שטיצע.

די ביכל קומט ארויס אקטאבער 29 , און ס'איז נישט קיין אייגענע געשיכטע'ס נאר מיטן מיטארבעט פון מקאנל.

מקאנל וועט פארענדיגן זיין יעצטיגע טערמין מיטן אפטרעטן פון זיין פירערשאפט פאזיציע.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 23:56


א לופטפעלד אין ניו זילאנד מיט א נייע געזעץ, נישט זיך ארומנעמען פאר מער ווי דריי מינוט.

אויב מפילט אז מ'ברויך לענגער דארף מען עס טון אין די פארקינג לאט און נישט ביי די ארט ווי מ'לאזט אראפ די מענטשן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 22:19


וועלקאם צו נוק-וואך וואו אלעס קען גיין בום..


נאטא האט אנגעהויבן זייער steadfast noon עקסערסייז וועלכע נעמט אריין נוקלעארע אויסשפיל טעסטן, די פאראיין האט ארום 100 באמבעס גרייט איבער אייראפע, מערסטנס געפונען זיך נעבן לופט באזעס צוליב דעם וואס עס וואלט געווען די מיטל זיך צו באנוצן דערמיט.

רוסלאנד וועט אויסשפילן אירע נוקלעארע מעגליכקייטן מיט באליסטישע מיסלס , די מעטאד וועלכע זיי גלייכן.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 22:07


אונז האבן א צוויטער בורטדעי בוי היינט, חוץ פון העריס וואס איז געווארן 60 ווערט ביבי נתניהו 75 היינט נאכט.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 20:11


די וועסל סטרוקטור אין די האדסאן יארדס מאנהעטן וועט זיך צוריק עפענען נאך דריי יאר זיין פארשפארט.

עס איז פארמאכט געווארן צוליב פילע מענטשן האבן זיך גענומען די לעבן, יעצט האט מען געמאכט א אפדעיט, נעצן.

@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 19:55


די צפון קארעא סאלדאטן באקומען זייער רוסישע מונדירן.

ס'איז שוין נישט באריכטן נאר א באשטעטיגטע פאקט אז טויזענטער צפון קארעא סאלדאטן ווערן געשיקט אויף די פראנט ליניעס אין אוקריינא.


@tagliche_news

טעגליכע נייעס +

20 Oct, 19:28


לויט באריכטן איז די THAAD מיסל דיפענס סיסטעם אין מד'י שוין פולקאם גרייט.


@tagliche_news