זעמל

@zemelvin


אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin

זעמל

16 Oct, 03:58


גליונות לכבוד יום טוב סוכות

👇👇👇
https://www.dropbox.com/scl/fo/9p3ny1bes9s9tbwaaz2c6/AETUZxC_0cXTgb1_Qrn43Js?rlkey=gw2clsefxmos3gtf30l545lp8&st=16if4j4t&dl=0

זעמל

16 Oct, 03:27


א סוכה אין וויליאמסבורג.

זעמל

16 Oct, 03:26


ניו יארק - לויט וועטער עקספערטן איז ערווארטעט אז די ערשטע צוויי נעכט פון סוכות זאלן זיין גאר קאלטע נעכט ווי די וועטער וועט פאלן צו די נידריגע פערציגער אין ניו יארק סיטי און אין די נידריגע דרייסיגער אין אפסטעיט, דערפאר האבן הונדערטער אידן זיך איינגעהאנדלט היטערס צו זיך האלטן ווארעם אין די סוכה מיט די נידריגע גראדן.

צוליב דעם איז ארויסגעשטעלט געווארן אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באגיין מיט די היטערס דורכאויס די 2 טעג יום טוב און שבת, צום ערשט אז מ׳זאל דאס אנשטעלן אויף א שבת זייגער עס זאל נישט ארבעטן פאר 72 שעה אין א ציה, אויך זאל מען דאס לייגן אויף א גראדע פלאץ גענוג אפגערוקט פון די סוכה ווענט און בעטן וויבאלד עס קען אויסברעכן א פייער אויס עס ווערט איבערגעהיצט.

זעמל

16 Oct, 03:26


בארא פארק - א שרעקעדיגע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט מאנטאג נאכמיטאג ווען א עלטערע איד איז אנגעשפריצט געווארן מיט פעפער ספרעי דורך אן אראבער אין א אנטיסעמיטישע אטאקע.

די אינצידענט איז פארגעקומען ביי די ווינקל פון די 50׳סטע סטריט און ניו יוטרעקט עוועניו ווען דער עלטערע איד האט דורכשפאצירט א סוכה, ביים ארויסקומען איז דער אראבער צוגעקומען צו אים אין אנגעשפריצט מיט פעפער ספרעי אין זיין אויגן, הצלה איז אין איילעניש אנגעקומען אויפן סצענע און אים באהאנדלט און אפגעפירט אין שפיטאל פאר אונטערזוכונגען.

שומרים וואלונטירן האבן באלד נאך די אינצידענט אידענטיפיצירט דעם אנטיסעמיט דורכן איבערקוקן זיכערהייט קעמעראס, ווייניגער ווי א שעה דערנאך איז די קאר געווארן באמערקט דורך א וואלונטיר ביי די 17׳טע עוועניו און זעכציגסטער סטריט, די פאליציי איז געווארן אלאמירט און אים ארעסטירט.

זעמל

16 Oct, 02:46


לאנדאן - נעכטן האבן עסקנים פון חברה הצלה אפגעהאלטן א מיטינג מיט איינע פון די בעסטע ארכיטעקטן אין שטאט וואו מ׳איז איבערגעגאנגען בוי פלענער פאר די נייע הצלה הויפטקווארטירן וואס וועט ווערן געבויט אין די קומענדיגע צייט.

זעמל

16 Oct, 02:46


בני ברק - א שווערע עקסידענט האט פריער פאסירט אויף די זבוטינסקי גאס וואו א פרוי איז קריטיש פארוואונדעט געווארן, זי אפגעפירט געווארן דורך עמערזשענסי אגענטורן צו די בילינסון שפיטאל מיט שווערע וואונדן און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.

די עקסידענט האט פאסירט אין די פארנומענע ערב יום טוב שעות ווען די פרוי איז אריבער די גאס און אראפגעקלאפט געווארן דורך א באס, זי איז פארכאפט געווארן דערונטער און עמערזשענסי אגענטורן האבן געארבעט א לענגערע צייט איר צו ארויסראטעווען.

זעמל

16 Oct, 02:22


בני ברק - א יונגערמאן וואס האט געהאט פארלוירן א גרויסע סומע געלט האט דאס וואונדערליך צוריק באקומען פון א אינדיאנע רייניגערין וואס רייניגט אויך אין די שטוב פון הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א.

דער פאסירונג האט זיך אנגעהויבן ווען דער יונגערמאן האט זיך אריבער געצויגן צו א צווייטע הויז און פארקויפט זיין אלטע הויז, אינדערצייט וואס ער איז געווען פארנומען מיטן זיך אריבערציען צו זיין נייע הויז האט ער געהאט א גרויסע זעקל מיט וויכטיגע דאקומענטן און געלט וואס ער האט נישט געוואלט מיטשיקן מיט די גוים וואס האבן אריבערגעפירט אלע זאכן און האט דאס דארט באהאלטן אין א שאפע אין דער קיך און פארגעסן דערפון.

א צייט שפעטער האט אים די נייע אייגענטומער פון די הויז אנגעפרעגט אויב ער האט אפשר איבערגעלאזט א זעקל מיט געלט אין די אלטע הויז דערנאך וואס די רייניגערין ביי אים אין שטוב האט עס געפונען באהאלטן אין א שאפע אין דער קיך, ער האט זיך באלד געכאפט פון וואס עס רעדט זיך און אריבערגעלאפן עס אפנעמען, אויף זיין פראגע פארוואס זי האט פארציילט אז זי האט עס געטראפן האט די אינדיאנע רייניגערין געזאגט אז זי רייניגט אויך ביים גאון און שטוב און קען נישט גנב׳נן.

זעמל

16 Oct, 02:21


אריזאנע - פאר דריי יאר צוריק איז אויפגעדעקט געווארן אז א אנגעבליכער רב וואס האט זיך געדרייט אין פיניקס אריזאנע אינאיינעם מיט זיין זוהן און דארט געשריבן תפילין און מזוזות, מסדר געווען קידושין זייענדיג אנגעטאן מיט די פולע אידישע טראגע זענען נישט מער ווי פאלנער גוים.

די צוויי וואס רופן זיך מיכאל און כלב אייזיקסאן האבן געטוישט זייערע נעמען פון נישט אידישע נעמען צו קענען זיך גרינג אריינדרייען ביי אידישע קהילות, זיי האבן דורכאויס א תקופה פון איבער 10 יאר זיך געדרייט אין עטליכע אידישע קהילות לענגאויס אמעריקע און פראבירט צו אריינשלעפן אידן צו די קריסטליכע גלויבן ל"ע.

די לעצטע פאר טעג זענען געווען באריכטן אז טראץ דעם וואס זיי זענען פארטריבן געווארן פון די פיניקס קהילה דרייען זיי זיך נאך אלס ארום אנגעטאן ווי חסידי'שע אידן אין קאלאראדא און פראבירן זיך איינצוגלידערן אין שוואכערע קהילות מיטן ציל צו כאפן קרבנות, אנטי מיסיאנערישע גרופעס האבן ארויסגעשטעלט א ווארענונג אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן וויבאלד זיי האבן שוין מכלה געווען אסאך מכרם ישראל מיט זייער געשליפענע צינגלעך.

זעמל

15 Oct, 22:21


FEW HOURS Left!!! Win A BEAUTIFUL HERITAGE Silver Table!! Delivered Erev Sukkos!!

https://silvertable.org/?ref=820

זעמל

15 Oct, 22:21


ווידעא: ערשטע סוכה אין עזה זינט תשס”ה.

זעמל

15 Oct, 22:20


קווינס - קאנגערסמאן מייק לאולער וואס פארטרעט די אידישע מאנסי געגנט אין ראקלענד קאונטי, איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען צו דער ליובאוויטשער אוהל וואו ער האט געדאוונט פאר זיין הצלחה צום בעפארשטייענדע נאוועמבער וואלן.

זעמל

15 Oct, 22:20


א דעלעגאציע פון רבני חב"ד האבן געשאנקן ד’ מינים פאר דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל ביבי נתניהו, לכבוד יום טוב סוכות.

זעמל

15 Oct, 18:49


https://www.masbia.org/Sukkos

זעמל

15 Oct, 18:46


מאנטריאל - ווי יאר יערליך פאר די סוכות סעזאן האט הרב שאול עמנואל פון די וועד העיר אין מאנטריאל זיך געטראפן מיט גרעניץ באאמטע ביי די קאנאדישע-אמעריקאנער גרעניץ צו זיכער מאכן אז די אפיצירן ביי די גרעניץ פונקטן באקומען די אנווייזונגען צו אריבערלאזן די ד׳ מינים.

ביז פאר עטליכע יאר צוריק האבן אידישע רייזענדע פון קאנאדע קיין אמעריקע און פארקערט נישט געקענט געהעריג אריין ברענגען די ד׳ מינים דערפאר וואס עס איז געווארן קאנפיסקירט דורך די גרעניץ באאמטע.

ווען די צושטאנד איז געווארן אומדערטרעגליך איז הרב עמונאל אראפגעפארן קיין וואשינגטאן און זיך געטראפן מיט די פירערשאפט פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און זיי ערקלערט די וויכטיגקייט און די באדייט פון ד׳ מינים, און היינט צוטאגס קען מען שוין געהעריג אריבערפירן די ד׳ מינים ביי די גרעניצן.

זעמל

15 Oct, 18:34


וואשינגטאן - אין א היסטארישע שריט האט די אמעריקאנער טראנספארטאציע אגענטור ארויפגעשטעלט א שטראף פון פיר מיליאן דאלאר אויף די לופטהאנזא לופטליניע פאר דיסקרימינאציע קעגן אידן ביי א אינצידענט פאר צוויי יאר צוריק חודש אייר, דאס איז די גרעסטע געלט שטראף וואס די דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט אין איר היסטאריע פאר א דיסקרימינאציע אינצידענט.

די אינצידענט איז פארגעקומען אין מאי פון יאר 2022 אין די פראנקפורט לופטפעלד ווען א גרופע פון 128 אידן וואס זענען געווען אויפן וועג קיין קערעסטיר פון ניו יארק צום יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי' מקרעסטיר זצ"ל זענען אפגעהאלטן געווארן פון ארויפגיין אויף זייער לופטהאנזא פליגער קיין בודאפעסט, ווען דערביי האבן די לופטליניע שטאב זיך אויפגעפירט זייער ווילד צו די אידן, די אנטיסמיטישע אינצידענט האט דאן אנגעמאכט א שטורעם אין די אלגעמיינע פרעסע.

די טראנספארטאציע דעפארטמענט האט געעפנט אן אויספארשונג און גערעדט מיט 40 פון די רייזענדע, ווי עס שטעלט זיך ארויס האט די פלי מאנשאפט פון ניו יארק איבערגעגעבן פאר די ארבעטער פונעם לופטליניע אין די פראנקפורט לופטפעלד אז ׳די אידן׳ פאלגן נישט אויס די מאנשאפט און צוליב דעם זענען אלע אידן פון די פליגער אפגעהאלטן געווארן פון ארויפגיין אויף די קומענדיגע פליגער.

זעמל

15 Oct, 18:18


מיטל מזרח - צווישן די 6,000 אמעריקאנער זעלנער וואס געפונען זיך אויף די עירקרעפט קעריער יו.עס.עס. עיברעהעם לינקאלן ציילן זיך צענדליגע אידן, די שיף איז אין די יעצטיגע צייט אויף א מיסיע אין די פערסישע גאלף צו העלפן באשיצן מדינת ישראל פון איראנער און תימנ׳ער אטאקעס און האט זיך באטייליגט אין די אראפשיס אפעראציע ביי די צוויי איראנער מיסיל אטאקעס אויף מדינת ישראל פארגאנגענע יאר.

דער נעווי טשאפלעין צום שיף לוטענענט ר׳ יהושע רובין האט אין די יעצטיגע ערב סוכות טעג אויפגעשטעלט א כשר׳ע סוכה צום ערשטן מאל כדי די אידישע סאלדאטן זאלן קענען מקיים זיין די מצות סוכה למהדרין, אויך איז אריינגעברענגט געווארן א סעט פון ד׳ מינים פון די לופט פון א אמעריקאנער באזע אין באכרעין.

דאס אויפשטעלן די סוכה איז נישט געווען קיין לייכטע ארבעט, צום ערשט האט מען געדארפט דורכגיין די גאנצע רעגירונג ביוראקראטיע צו באקומען די נויטיגע ערלויבעניש, דערנאך האט מען געדארפט טרעפן א פלאץ אונטערן הימל אויפן שיף צו בויען די סוכה צו נישט געשעדיגט ווערן פון די ווינטן אינעם ים אדער שטערן די מיליטערישע אקטיוויטעטן.

זעמל

15 Oct, 18:18


מערילענד - א אנטיסעמיטישע אינצידענט איז האט נעכטן פאסירט פארנט פון די אהבת ישראל שוהל אין סילווער ספרינג אין מערילענד ווען א פארשוין מיט א דיקע האלצערנע שטעקן האט צושלאגן 2 אידן ביים ארויסקומען פון די סילווער ספרינג אידישע צענטער וואו די שוהל איז איינקווארטירט. פאליציי וואס זענען בליץ שנעל אלאמירט געווארן צום סצענע האבן ארעסטירט דעם פארשוין.

זעמל

15 Oct, 18:18


טעראר: - א שיסעריי טעראר אטאקע איז פארגעקומען אויף הייוועי נומער 4 נעבן די שטאט יבנה ווען א פאלעסטינער טעראריסט האט געעפנט פייער אויף א פאליציי קאר ביי די זייט פונעם שטראז פון וואס דער פאליציאנט אדיר קדוש הי"ד (33) איז ל”ע אומגעקומען, נאך 4 אנדערע זענען לייכט פארוואונדעט געווארן.

דער טעראריסט מוכאמאד דארדונא איז אריינגעקומען קיין מדינת ישראל פאר דריי יאר צוריק אומלעגאל פון דזשאבאליע אין עזה איז עלימינירט געווארן ווייניגער ווי א מינוט דערויף דורך א באוואפנטער מאן פון אלעד.

זעמל

15 Oct, 17:14


Links to go

Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need.

🔗
@linkstogo