אידישליך פאליטיק

@yiddishlechpolitics


אידישליך פאליטישע מיינונג

הויפט טשעננעל:
@Yiddishlech

קאממענטס און חומר:
@ShmoozeBot

אידישליך פאליטיק

21 Jan, 00:26


די טענות אז טראמפ'ס מעקדאנעלד באזוך איז געווען "סטעידזשד" קומט פון די זעלבע מענטשן וואס האבן אהערגעשטעלט דעם סצענע מיט אייניגע יארן צוריק...

אידישליך פאליטיק

21 Jan, 00:26


ברעיקינג: לויט ווי ברייען סטעלטער דעקט אויף האט טראמפ פאלש אנגעשטעלט ווי ער ארבעט ביי מעקדאנעלד'ס, ווען אין פאקט איז עס בלויז געווען א שפיל און עכט ארבעט ער נישט אפיציעל דארט.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 23:02


חסידישע חדרים האבן זיך אריינגעגליטשט אין די טערעטאריע פון די סקולס און האבן ארויסגעשלעפט די מעסטער צו מעסטן גענוי ווי שלעפעריש און ריזיג די הויזן מוזן זיין.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 21:04


טראמפ איז א "קאנוויקטעד פעלאן". מען האט אים אנגעקלאגט. פיין, אבער אויף וואס? ער האט באצאלט האש מאני. אקעי, און וואס איז די קרימינאלע פאברעך?

וואס זענען די קלאגעס? מאכן זיי סענס? איז עס גלאטיג? ליינט א דעטאלירטע אפהאנדלונג.

https://telegra.ph/קיינער-איז-נישט-העכערן-געזעץ-אבער-וועלכע-געזעץ-06-04

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 19:23


כל התורה כולה על רגל אחת 😂

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 19:07


א חתונה אין גור. וכל זה איננו שוה לי...

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:53


ר' אהרן איז מספיד סיגעיטער רב, און ר' זלמן לייב הערט אויס גלייך דערנעבן.

א טריט נענטער צו שלום. ס'איז נאר א שאד אז ס'האט גענומען אן אומגליק צו פאסירן...

עדיט: וואלסטע געמיינט אז זייערע חסידים וועלן זיין פרייליך דערמיט, נע, זיי רייסן זיך ארום ביי די קעפ אויף אלע גרופעס...

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:48


ברוך דיין האמת, אין ביתר איז נפטר געווארן ר' נפתלי אנשין זצ"ל, מח"ס רש"י כפשוטו און פשוטו של מקרא, אין עלטער פון 66 יאר, נאכן נישט זיין געזונט א קורצע צייט.

א איד וואס האט אראפגעברענגט אן אור קדוש פון לימוד חומש רש"י, און איז דורך שבעה מדורי גיהנום פון אפאר וויסטע אומפארגינער.

ת.נ.צ.ב.ה.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:44


פלעטבוש גירל מארשירט ארום און דרייט איבער אין סאטמארע ביהמ"ד חיים יהושע אין מאנסי.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:35


די צופידלטע מענדעליסטן האבן ניטאמאל די שכל נישט צו זאגן הויעך די זעלבע זאכן אויף וואס מ'לאכט זיי אויס. אלע רבי'ס זענען ככליפת השום צו זייערס (מ'ווייסט דאך נישט, ווייל די אנדערע רבי'ס האט מען נישט פארהערט, משא"כ זייערס...) און זיינע אפעראציעס זענען ממש ווי קרבנות.

דער טיפש שעמט זיך נישט צו זאגן הויעך אז מענדעלע איז נעבעך אריינגעפאלן אין א שוידערליכע דעפרעסיע און דארט האט ער ערפינדן זיין עקסטרעמע שוואנצאנעס. נעבעך.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:34


די וועד הצניעות אין קרית יואל האט געצווינגען א לאקאלע זאל נישט צו לאזן מאכן א שייטל סעיל.

ווען יענער האט אויפגעהאנגען צעטלעך אויף די טירן פון די געקענסלטע זאל צו שיקן מענטשן צו אן אנדערע זאל וואו די סעיל איז למעשה פארגעקומען, האבן זיי עס אראפגעריסן און דאס אויפגעהאנגען.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:34


הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן ביים פירן די חתונה אין וויזניץ

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:34


א ראש חבורה פאר בחורים פון מענדעלע'ס שוואנצנות וויזניץ איז מסביר אז 'מלוך על כל הארץ' און 'יתגדל ויתקדש שמיה רבא' גייט אויף אויף די הייליגע רבי עפ"ל, מלא אפיקורסות רח"ל.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:33


סאבסיטוט רבי: אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכע זיצט שבעה נאך זיין שוועסטער, די סקווירא רעביצין ע"ה, האט געבעטן ר' אלימלך בידערמאן איבערצונעמען מיטן פירן די חתונה פון זיינס אן אייניקל וועלכע וועט פארקומען דינסטאג, און ר' אלימלך האט עס אנגענומען.

אידישליך פאליטיק

20 Jan, 18:27


סאטמארע חדר אין קרית יואל שטייט אויס א שטראף פון 46 מיליאן דאלער צוליב וואס זיי האבן געהאט אומוואקסינירטע קינדער.

אויב זיי זענען מסכים אויף דרויסענדע אויפזיכט און קענען אויפווייזן ביז קומענדיגע דאנערשטאג אז 100% פון די קינדער זענען וואקסינירט, וועט די שטראף אראפגענידערט ווערן צו בלויז א האלב מיליאן.

וואס אפאר פארשטינקענע אומ'אחריות'דיגע איבערגעקלוגטע אנטי-וואקסין חמורים קענען אנמאכן.